top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

היסטארישע אנטוויקלונג: אפגעראטעוועט און אויפגעבויעט "אהל" במקום מנוחתו פון הרה"ק רבי אלעזר ניסן טייטלבוים זצוק"ל אין דראהביטש

מאנטאג וזאת הברכה ב' • י"ב תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש‎

 

אין די יעצטיגע טעג, איז אויפגענומען געווארן די בשורה טובה, אז נאך 80 יאר זינט דער ביטערער וועלט-מלחמה איז ב״ה געלונגען אפצוראטעווען מקום מנוחת קדשו פון האי צדיק וקדוש רבי אלעזר ניסן טייטלבוים זצוק"ל, אין דעם אור-אלטן בית החיים אין דער שטאט דראהביטש, וואו נכרים האבן ליידער מכרכר געווען פון דעם חורבן הנורא ועד היום הזה, און אצינד איז ב״ה געלונגען צו פרעזערווירן דאס ארט און אראפשטעלן אן אהל על ציון קדשו, והי' לפליטה גדולה.


די היסטאריע פונעם בית החיים אין דראהביטש מיט די אומגעהויערע פעולות גייט שוין צוריק לאנגע יארן ווי די חשוב׳ע עסקנים פונעם ״ועד להצלת בית העלמין דראהביטש״, בראשות כ״ק אדמו״ר מסאטמאר שליט״א ואתו עמו בנו הגה״צ אבד״ק סיגוט שליט״א, האבן אריינגעלייגט כוחות עצומות למען הצלת בית העלמין, וואס איז - געוועהן צווישן די הונדערטער בתי חיים איבער אוקריינע, וואו די רוצחים האבן קאלטבלוטיג געשענדעט און פארטיליגט קברי ישראל.


מיט בערך פופצן יאר צוריק, ווען ס'איז אנגעקומען די מעלדונג אז א סכנה שוועבט אויף דאס רעשטל וואס איז יא פארבליבן לּפליטה זאל אויך אּפגעמעקט ווערן ה"י, האבן די חשוב'ע עסקנים פון ק״ק סאטמאר אין ניו יארק אינאיינעם מיט אנשי פעולה פון ארה״ק אין שּפיץ פון בארימטן איש המעש למען הצלת קברי צדיקים הרב ישראל מאיר גבאי זיך אריינגעווארפן אין דער ארבעט להציל עשוק מיד עשקו, און פארזיכערן מקום מנוחתם פון די קדושים אשר בארץ המה, אין שפיץ פון הרה"ק רבי אלעזר ניסן טייטלבוים זצ"ל, דער זון פון דער הייליגער ישמח משה זי״ע, און פאטער פונעם ייטב לב, ששם חלקת מחוקק ספון. 


דער בית העלמין איז גאר אלט, דארט ליגן גדולי עולם ומצוקי ארץ ווי הרה"ק רבי יצחק חיות זצ"ל דער זרע יצחק וואס איז געווען פון די גרויסע לוחמים קעגן כת ש"ץ, און ס'איז געווען באקאנט פארן קריג אז ער האט צוגעזאגט צו פויעל'ן ישועות פאר הבאים להתפלל על קברו, אזוי אויך ליגן דארט הגה"ק רבי יקותיאל זלמן סג"ל זצ"ל וואס איז געווען רב דארט אין שטאט, הרה"ק רבי אשר השני מסטאלין זי"ע, און הרה"ק רבי אלי' מדראהביטש זי"ע וואס איז געווען א תלמיד פון הייליגן חוזה מלובלין זי"ע, די אלע אוהלים זענען אויסגעריסן און חרוב געווארן דורך די קאמיניסטן צוזאמען מיטן גאנצן בית העלמין. נאך פילע דורכדרינגליכע חקירות ודרישות, פארשונגען און טעסטן, בדמים תרתי משמע, האט מען בחסדי ה' אפירגעפינען די פונדאמענטן פונעם אהל הקדוש פון רבי אלעזר ניסן זי״ע, און נאך פילע אנדערע הוכחות און באווייזן וואס צייגן איבער קלאר און דייטליך אז דאס איז מקום מנוחתו, וואס איז פאר צענדליגער יארן געווען א מיסטעריע וואו פונקטליך עס געפינט זיך דער ציון הקדוש. 


בימים ההם האט געדראעט א באלדיגער געפאר אז דער גאנצער בית העלמין וועט אריבערגיין צו גויאישע אייגענטומערשאפט, און זיי האבן שוין בשעתו געהאט פולקאמע פלענער וויאזוי דאס צו טראנספארמירן ר"ל. חפץ ה' בידם הצליח, מיט די ריכטיגע עסקנות, האט מען דעמאלט אפגעשטעלט די בייזוויליגע פלענער אויפ׳ן מאָמענט, אבער דאן ווען מ׳האט געוואלט זיך נעמען צו די בוי ארבעט אהערצושטעלן אן אהל על ציון קדשו פון הייליגן רבי אלעזר ניסן האט מען זיך אנגעשטויסן אין א הארטער קעגנערשאפט פונעם ארטיגן שטאטראט אין דראהביטש.


די עסקנים האבן בשעתו געארבעט ווייטער אומערמידלעך צו העלפן ראַטעווען דעם בית החיים און רעזערווירן דאס ארט כדי ס׳זאל קענען ווידער אויפבליען אלס ארט וואו אידישע קינדער וועלן קענען קומען שופך שיח זיין צקון לחשם ביי דעם הייליגן צדיק, וואס צדיקים וקדושים האבן מפליא געווען זיין גדלות און קדושה. 


דער סאטמארער רבי שליט״א האט נאכאנאנד מעורר געווען אז ס׳איז א חובת השעה נישט צו דערלאָזן דעם מקום מנוחה פון הייליגן זיידן, למעשה, בדרך לא דרך, מיט א מורא׳דיגע סייעתא דשמיא והשגחה פרטית, האָט הרב ישראל מאיר גבאי שליט״א מיט געציילטע טעג צוריק, ממש אַרום די טעג פון דער הילולא קדישא וואס געפאלט אויס י״ג מדות ביום ח׳ תשרי, ענדליך באַקומען א פאזיטיווער אנטווארט פון די ארטיגע אויטאריטעטן אז זיי שטימען צו מ׳זאל אויפבויען אַ אהל דארט אויפ׳ן פלאץ, אבער נאר אז ס׳ווערט ממש געבויעט תיכף ומיד אין געציילטע טעג, אז די אויפבוי זאל נישט ציען קיין ווידערשטאנד פון די לאקאלע שכנים. דא האט זיך ארויסגעשטעלט דער חסד ה׳, אז שוין מיט עטליכע יאר צוריק ווען ס׳האט אויסגעקוקט אז מ׳האַלט שוין ביי א דורכברוך האט מען געהאט באשטעלט אַ אהל, און ס׳איז אּפגעליגן גרייט פון דעמאָלט. אצינד, ווי נאר ר' ישראל מאיר שליט"א האט ערהאלטן די מעלדונג, אז ס׳פארהאנען א גרינע ליכט, האט ער תיכף ומיד זיך פארבינדן מיט די עסקנים פון ק״ק סאטמאר, און ביז 24 שעה, איז שוין דער אהל געשטאַנען דאָרט אויפ׳ן פלאץ, אויפגעבויעט שּפאָגל-ניי, בכבוד הראוי! 


ס׳נישט מעגליך צושילדערן די מורא׳דיגע שמחה וואס דאס ברענגט ביי די אַלע עסקנים ואנשי המעשה, ובראשם כ״ק אדמו״ר מסאטמאר שליט״א ובנו הגה״צ אבד״ק סיגוט שליט״א, נאך באלד צוואנציג יאר פון אומגעהויערע באמיאונגען און השתדלות, האט מען ב״ה זוכה געווען צו פרעזערווירן דעם הייליגן אדמת קודש, און ענדליך באַוויזן להחזיר כבוד המקום כראוי וכיאות און אידן זאָלן קענען עווענטועל קומען דאָרט שופך שיח זיין. 


היות, לדאבון הלב, איז נישטא קיין שום זכר פון די מציבה על ציון קדשו, און מ׳האָט נישט קיין שום ידיעה איבער דעם נוסח המציבה - אויסער דעם וואָס ס׳ווערט געברענגט אז אויף דער מציבה איז געווען איינגעקריצט שטאַרקע ווערטער איבער זיין גרויסן כח אין "אהבת ישראל" - איז נישט שייך צוריקצושטעלן די מציבה כמתכונתה, אָבער די עסקנים גרייטן זיך אי״ה על פי פקודת הקודש פון נכדו ממשיך השושילתא כ״ק אדמו״ר מסאטמאר שליט״א אַוועקצושטעלן אַ ״מציבת זכרון״ מיט אַ נוסח מנציח צו זיין דעם מקום אדמת קודש.



Commenti


bottom of page