top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מבעלזא אדרעסירט 'כנסייה הגדולה' לטובת קופת 'אהבת חסד' דחסידי בעלזא

מאנטאג פ' מקץ • כ"ב כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א.מ.ש.

 

טויזנטער חסידי בעלזא פון איבער גאנץ ארץ ישראל האבן זיך דעם מוצאי שבת פאראייניגט כאיש אחד בלב אחד ביי א רייע כינוסי קודש בו בזמן אין אלע שטעט צום צווייטן 'כנסייה גדולה' אלס א המשך פונעם ערשטן 'כנסיה גדולה' מיט צען יאהר צוריק ארגאניזירט דורך די בארימטע צדקה ארגאנאזאציע 'אהבת חסד' דחסידי בעלזא וואו עס איז באותו מעמד נתייסד געווארן א קרן הצדקה וואס זאל שטיין צו הילף די משפחות וואס נוטיגן זיך מיט עקסטערע פינאנציעלע שטיצע נאכן אריינפאלן אין א מצב פון נויט רח"ל.


אצינד האט מען זיך ווידער פארזאמלט אויף א פטראייניגטע צוזאמקום - גאנץ בעלזא - באותו זמן ובאותו שעה, אין אלע שטעט ווי ירושלים, בני ברק, אשדוד, חיפה, בית שמש, קרית גת, גבעת זאב און הר יונה, מיט איין איינציגן ציל אז קיין שום בעלזער משפחה זאל נישט פארבלייבן אליינס אויפן וואסער אין צייט פון נויט.


א גאר רייכע פארגראם איז געווען צוגעגרייט ביי די כינוסי הוד אין די שטעט, און עס איז געצייגט געווארן קלארע דעטאלן און פונקטליכע ציפפערן פון די גרויסע סכומים וואס גייט ארויס פונעם קרן ארויסצוהעלפן היימישע משפחות בעת צר, מען האט געהערט ווארימע דרשות מפי מגידים מפורסמים, און די ציבור האט מיט א ווארעמקייט אונטערגעשריבן אויף די שטרי התחייבות פארן קרן.


אין א איבעראשונג האט מען זיך צוגעהערט צום דבר ה' מירושלים די ברכת הקודש פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א וועלכע איז אין די זעלבע צייט פון די כינוסים אריינגעקומען צו א מעמד לעקיך און בראנפן בביתו נאווה קודש אינאיינעם מיט די עסקני הקופה און משמיע געווען מברכות קדשו פאר די טויזנטער חסידים מכל מקום שהם, וועלכע האבן זיך איינגעזאמלט ביי די כינוסי קודש אין די שטעט, און איז געווארן אויפגעשפילט לעבעדיג במראה ובאומר ביי די כינוסים, דער רב שליט"א האט ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט פון העלפן איינער דעם צווייטן ברוחניות ובגשמיות, און אנגעוונטשן אז די מקבלים זאל זיך פארמינערן און די תומכים זאלן זיך מערן, און מאציל געווען פיל ברכות ברוחניות ובגשמיות, און א ברכה מיוחדת מעניני דיומא אז די אור החנוכה זאל אריינשיינען אין די שטובער אריין, אור חדש על ציון תאיר ונזכה כולנו יחד במהרה לאורו.







コメント


bottom of page