זונטאג פ' בהר • י"א אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש
הרה"צ רבי נחמיה אלתר שליט"א זוהן פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א וואס איז צוגאסט די טעג אין ניו יארק איז נעכטן מוצאי שבת אנגעקומען אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, די רבי שליט"א האט איהם אויפגענימען ביותרת הכבוד, און עס האט זיך פארצויגן א שיינע לענגערע שמועס, בין הדברים האט מען ארומגערעדט איבער די פעולות לטובה פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, די ידיעת הש"ס רעוואלוציע, לערנען ספרי מוסר, די קאמפ קעגן די נסיונות הדור, און די גרינדונג פונעם נייעם ארגאנאזציע 'הרימותי בחור מעם' מקרב צו זיין די שוואכע בחורים.
די רבי האט מכבד געווען די חשובע גאסט מיט פירות, און זיך אינטערסירט איבער די מצב הבריאות ביי אביו הגדול כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א און געשיקט א פריסת שלום. ווען די רבי האט געהערט אז דער חשובע גאסט איז געקומען צו פארן לחיזוק המוסדות אין ארץ ישראל האט ער בייגעשטייערט א סכום הגון לטובת איחוד מוסדות גור.
Comments