top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ויהי בנסוע: מנהיגי עולם התורה נעמען אונטער היסטארישע באזוך אין חוץ לארץ צו ראטעווען עולם הישיבות בארה"ק

מיטוואך פ' במדבר • כ"ח אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש


מי ראה את אלה יוצאים: א שטורמישע כוואליע פון תנו כבוד לתורה נעמט ארום דאס יהדות החרדית אין תפוצת הגולה זיך גרייטנדיג צו מקבל זיין כבוד מרנן מנהיגי עולם התורה אין ארץ ישראל, די ראשי ישיבת סלאבאדקא הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א און הגאון רבי משה הלל הירש שליט"א, וואס וועלן אין א זעלטענעם שריט מכתת רגלם זיין קיין חוץ לארץ אויפצוטרייבן סכומים אדירים צו ראטעווען דעם עולם הישיבות אין ארץ ישראל.


דער באזוך ווערט אונטערגענומען אין א קריטישן שעת חירום אין וואס דער ארץ ישראל'דיגער עולם הישיבות געפינט זיך, אין שאטן פונעם ביטערן גזירת הגיוס ווען די עוקרי הדת אין די ציוניסטישע ממשלה האבן ליידער אפגעהאקט די געלטער פאר די ישיבות.נאך וואכן לאנג פון הכנות און דרינגנדע אסיפות איז ענדגילטיג באשטעטיגט געווארן דורך די מנהיגי עולם התורה ארויסצופארן מעורר זיין און אנשלוסן דעם יהדות הגולה זיך אנצוגארטלען מיט אויסנאמליכע פינאנציעלע שטיצע צו ראטעווען די ישיבות פון צוזאמענבראך, מיט די גרינדונג פונעם "קרן עולם התורה", וואס וועט אוועקשטעלן א מעכטיגן בסיס פון קראנטע פאנטאסטישע פאנדן, דורך וואס די ישיבות אין ארץ ישראל וועלן ווייטער קענען פונקציאנירן להגדיל תורה ולהאדירה.


די היסטארישע מסע הגדולים וועט אפגעראכטן ווערן תיכף נאך שבועות, ווען דער אמעריקאנער אידנטום וועט האבן די זעלטענע זכי' ביקרא דאורייתא מקבל פנים צו זיין דעם גאון וזקן ויושב בישיבה, רבי משה הלל הירש שליט"א, וועלכער וועט צוערשט באשיינען ביים מעמד "אדירי התורה" דורכ'ן ביהמ"ד גבוה לעיקוואוד, וואו ער וועט באותו מעמד מעורר זיין דעם חובת השעה וואס איז נוגע דאס הצלת עולם התורה, און באזונדער וועט דער ראש ישיבה באשיינען ביי א היסטארישן כינוס פאר די ראשי ישיבות פון ארץ ישראל און פון חוץ לארץ, און נגידי עולם התורה, וואו דער ראש ישיבה שליט"א וועט אנאנסירן די גרינדונג פונעם "קרן עולם התורה".


באותו זמן, תיכף נאך שבועות, וועט זיך באזונדער ארויסלאזן על אם הדרך דער גאון ושר התורה רבי דוב לאנדא שליט"א, קיין אייראפע, וואו ער וועט מעורר זיין און מלהיב זיין די נגידי עם אין פראנקרייך, זיך צו מאביליזירן כאיש אחד ובלב אחד מיט א געמיינזאמען כח אוועקצושטעלן א מעכטיגן פינאנציעלן רוקן ביין פאר הצלת עולם התורה אין ארצינו הקדושה, דער ראש ישיבה וועט מעגליך אויך מיטפארן קיין ניו יארק מיט זיין שותף לדבר מצוה הגאון רבי משה הילל הירש שליט"א צו באשיינען די אסיפת היסוד פארן 'קרן עולם התורה'.


נקדמה פניהם בתודה!

Comments


bottom of page