מאנטאג פ' דברים • א' אב תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אברמי בערגער
מיט התרוממות הנפש און התרגשות'דיגע געפילן האבן הונדערטער חסידי סאטמאר פון איבער די גארער וועלט מיטגעלעבט א שבת מעין עולם הבא במחיצת הקודש פונעם רעיא מהימנא כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועלכע האט מקיים געווען דעם 'ואל אחוזת אבותיו ישוב' און געפראוועט א געהויבענעם שבת בנהירו עילאה בעיר האבות סיגעט אין ראמעניע בעצם יומא דהילולא קדישא פונעם אבי שושלתא קדישתא די הייליגער ישמח משה זי"ע, און מעריך געוועהן די געהויבענע תפילות און טישן אינעם היסטארישן שוהל הויף מקום שהתפללו אבותיו, וואו די הייליגע צדיקים עצי התמרים האבן אפגעראכטן זייער הייליגע עבודה לאנגע יארן.
ליל שישי איז די רבי שליט"א אנגעקומען צום שטאט סיגוט, און תיכף צוגעפארן צום שוהל הויף, דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מעריב ברוב עם, נאך מעריב איז דער ציבור אריבער שלום נעמען, דערנאך איז דער רבי ארויס זיך אומקוקן אויף די בוי ארבעט ביים נייעם בנין הכנסת אורחים "בנין לאנדא" וואס ווערט געבויעט לתועלת די טויזנטער אידן עולים לציון, דער רבי האט באטראכט די בוי ארבעט פונעם בנין און געהערט א באריכט פון בנש"ק הרה"ח ר' אשר ישעי' הורוויץ הי"ו יושב ראש השוהל הויף און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ערב שבת באשמורת הבוקר איז דער רבי שליט"א ארויף צום בית החיים בעיר האבות סיגוט פוקד צו זיין די ציונים הקדושים פון די צדיקים עצי התמרים זי"ע אינאיינעם מיט הונדערטער חסידים איינצורייסן למען הכלל והפרט להפקד בדבר ישועה ורחמים.
ביים כניסת השבת פארן זמן הדלקת הנרות איז די רבי ערשינען אין היכל ביהמ"ד אינעם שוהל הויף און האט אנגעצינדן די נרות שבת. מיטן דרשת פתיחת השבת האט אויפגעטרעטן דעם רבינ'ס זון הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א בגודל מעלת וקדושת השבת. דאן איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש מעוטף בטליתו, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד בקול רם ובהתלהבות אש, צו קבלת שבת האט דער רבי צוגעשיקט חתנו הגה"צ רבי שמעון זאב מייזליש רב דביהמ"ד אהל פיגא, און דערמאנט פארצוזאגן מזמור לדוד הבו לה' פסוק בפסוק כמנהג המקום ק"ק סיגוט. במשך אלע תפילות האט דער רבי געזאגט די קדישים לרגל די יומא דהילולא קדישא. נאכן דאווענען האט דער רבי געוואונטשן גוט שבת פאר די רבנים ודיינים אויפן אויבנאן און דערנאך איז דער רבי אראפ לביתו נאוה קודש ווי דער גאנצער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און שלום נעמען בשעת מען האט אויסגערישט דעם היכל הביהמ"ד פאר די סעודה ועריכת שולחן הטהור, אינצווישן האט הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א מרבני קהילת סאטמאר וויליאמסבורג אויפגעטרעטן מיט א דרשה בגודל קדושת המקום והזמן אינעם חדר האוכל פנעם שוהל הויף.
בשעה 12:00 איז דער רבי אריינגעקומען צום שולחן הטהור סעודתא דחקל תפוחין קדישין, אויפ'ן לאנגער אויבנאן האבן באשיינט פילע כלי קודש הרבנים הגאונים רבני הקהילה און די קינדער איידימער פונעם רבי'ן שליט"א, די היכל הביהמ"ד איז געווען פיל געשטאפט מיט הונדערטער חסידים וועלכע זענען געקומען פון נאנט און פון ווייט מיטצוהאלטן דעם דערהויבענעם שבת הילולא בצל הקודש. די שולחן הטהור איז געווען איין קייט פון קדושה והתעלות, בהתרוממות והתרגשות, וואס האט זיך פארצויגן קרוב צו דריי שעה מיט זמירות שירות ותשבחות און פייערדיגע ריקודים לכבוד שבת, דער רבי האט אנגעהויבן די שלום עליכם מיט אן אויסטערלישע קאך און ברען אריינשלעפנדיג דעם גאנצן ציבור אין א התלהבות אש קודש. נאך די זמירות האט די רבי קידוש געמאכט באש להבת שלהבת, און מוציא געווען דעם גאנצן ציבור, דאן האט די ציבור זיך געוואשן צום סעודה.
ביים טיש האט די רבי געזאגט תורה בדרך דרוש במשנתו פונעם בעל הילולא, מיטן בענטשן האט די רבי מכבד געווען אחיו הגה"צ אב"ד סאטמאר 15 שליט"א, דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם בעל הילולא די הייליגער ישמח משה.
בצפרא דשבתא פאר תפילת שחרית האט אויפגעטרעטן דעם רבינ'ס אייניקל הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד בית מנחם זאב אין קרית יואל מיט א דרשת הכנה לתפילה במשנתו פונעם בעל ההילולא זי"ע, ביי פסוקי דזמרה האט די בעל תפילה פארגעזאגט הלל הגדול און די שירת הים פסוק בפסוק כמנהג המקום ק"ק סיגוט. דער רבי האט יורד געווען לפני התיבה צו תפילת שחרית אנגעהויבן מיט עד הנה און פארגעדאווענט בהשתפכות הנפש ובהתעוררות רב, בפרט ביי אהבה רבה ווי דער רבי האט פארגעזאגט מלה במלה בבכיות עצומות.
פארן ליינען האט הרה"ח ר' שלמה הערש עקשטיין הי"ו - מעסקני השוהל הויף, פארקויפט די עליות, די עליות האבן זיך פארקויפט פאר ריזיגע סכומים וואס איז געגאנגען פאר די הוצאות המקום. דעם רבינ'ס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו מעיאר פון קרית יואל. נאכן ליינען האט די רבי שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות, און צוגעגאנגען צו מוסף לכבוד די הילולא קדישא.
נאכן דאווענען האט די רבי קידוש געמאכט בביתו נאווה קודש אינאיינעם מיט די בני המשפחה, ביים קידוש האט מען געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שמחת הולדת הבת פון א איר אייניקל ביים רבי'ן בת הנולדה לנכדו הרה"ג ר' ליפא אשכנזי שליט"א, בשעת מעשה איז פארגעקומען א קידושא רבא פאר די פילצאליגע געסט, און הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ ורב דביהמ"ד ברך משה וויליאמסבורג, האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה פארציילנדיג סיפורים ועובדות פונעם הייליגן בעל הילולא זי"ע, און דערנאך האט דער גאנצער ציבור זיך געוואשן צום סעודת עתיקא קדישא, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' ליפא טייטלבוים שליט"א דומ"ץ סאטמאר אנטווערפן.
דער רבי שליט"א איז אריינגעקומען צום מיטאג טיש און זיך געוואשן צום סעודה און הרה"ג ר' ליפא טייטלבוים שליט"א האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה. די סעודה איז אפגעראכטן געווארן אויף א דערהויבענעם פארנעם בשירות ותשבחות, מ'האט מאריך געווען מיט ניגוני שבת און אזוי אויך מיט ניגוני גלות וגאולה וואו דער רבי האט מוריד געווען דמעות בצפייה לגאולה. מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען די חברי הוועד וואס דער רבי האט ממנה געווען צו טרעפן א לעזונג צו שאפן ביליגע דירות אין קרית יואל, די רבי האט געזאגט תורה און מיט ברכת המזון מכבד געווען הגה"צ רבי משה מנחם ווייס אבד"ק סאטמאר לאנדאן.
שבת נאכמיטאג האט הגה"צ אבד"ק סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א פארגעלערנט פרקי אבות במשנתו פונעם בעל הילולא און פון צדיקי עצי התמרים. נאך מנחה איז דער רבי ערשינען אויפן אויבן אן צו סעודה שלישית, מען האט אויפגעגעבן מילכיגס כנהוג צו עסן מילכיגס ביי שלוש סעודות איינמאל א יאר, דער רבי האט אויסגעשמועסט און ארומגערעדט איבער די מנהג ביי צדיקי בית סיגוט און צאנז און דערנאך ארויף געשמירט פוטער אויף די חלה און געטרינקן א קאווע. די רבי שליט"א האט דאן געזאגט תורה במשנתם פון צדיקי בית סיגעט.
די רבי האט די רבי שליט"א באטאנט דעם קדושת המקום - אדמת קודש הוא, און מיט אן התרגשות זיך אויסגעדריקט אונז שטיי מיר דא אויף דעם פלאץ! דא איז דער זיידע דער ישמח משה געקומען אהער שבת קודש, געזאגט א דרשה און מעורר געווען אידישע קידער צו תשובה, דא האט משמש געווען ברבנות דער זיידע הרה"ק ר' אלעזר ניסן זי"ע זעקס יאר, דער זיידע דער ייטב לב זי"ע 25 יאר, דער זיידע דער קדושת יו"ט זי"ע 21 יאר, דער זיידע דער עצי חיים זי"ע 22 יאר, כולם שוין לטובה! זיי האבן אריין געשיינט אידישע הערצער תורה, יראת שמים, מדות טובות, דא האבן זיי אויסגעוויינט און אויסגעוואשן אידישע הערצער צו תשובה שלימה, דא האבן זיי גע'פועל'ט ישועות מיט די תפילות, אידן זענען געהאלפן געווארן מיט קינדער, מיט רפואות, מיט פרנסה, באפרייט געווארן פון מיליטער, אידן זענען געהאלפן געווארן מיט שידוכים, אידן זענען געהאלפן געווארן מיט קענען מגדל זיין ערליכע לעכטיגע דורות על דרך התורה יראה וחסידות, און לאנג מאריך געווען ווי אידישע קינדער ווארטן בדורינו אנו אויפגעראכטן צו ווערן מיט די ישועות און אז מ'האפט אז אלע וואס זענען דא גייען אהיים גיין מיט א סל מלא ברכות וישועות אין אלע ענינים ברוחניות ובגשמיות.
די רבי האט אויך ארויסגעברענגט בדמעות שליש די אימה ופחד ווען מגייט ארויף אין די טעג אויף קברי צדיקים, מיט וואסארא פנים גייט מען אריין אין די הייליגע אוהלים, מ'איז מלא בושה וכלימה, און מעורר געווען לתשובה ותיקון המעשים און זיך מקבל זיין קבלות טובות און געזאגט אז די מקום קדוש וואו מ'שטייט אדמת קודש הוא, איז מסוגל אריין צו שיינען א הרהור תשובה פאר יעדעם איינעם, און מסיים געווען בברכות קדשו לרוב.
נאך די תורה האט מען געזינגען עטליכע ניגוני התעוררות, דער רבי האט געבענטשט על הכוס. און נאך מעריב געמאכט הבדלה. נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן א גוטע וואך פארן גאנצן ציבור צוזאמען. דערנאך איז געווען זמני כניסה בביתו נאוה קודש באותו מקום ווי די צדיקים האבן געפויעלט ישועות ורפואות פאר אידישע קינדער, ווי הונדערטער חסידים זענען אריין בפתקא ובפדיון מקבל זיין ברכת הקודש און איבערגעבן די קוויטלעך להפקד בדבר ישועה ורחמים.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א מעמד חתימת שטרות פארן היכל התורה 'היכל לב אהרן' דק"ק סאטמאר אין מאנטשעסטער ווי הנגיד החסיד ר' משה ארי' פריינד הי"ו - סגן ראה"ק סאטמאר לאנדאן האט אפגעקויפט א זכות פון די ספרי ההיכל, און הנגיד החסיד ר' אליעזר לעוו הי"ו האט אפגעקויפט די זכות פון די חדר השיעורים און דער רבי האט עס קורא שם געווען 'דמשק אליעזר' לזכות הנדבן, דער רבי האט אונטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט די נדבנים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די נדבנים ובני משפחתם און פאר די עסקני ההיכל. אזוי אויך איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו האט אפגעקויפט א זכות אינעם שוהל הויף, און דער רבי האט אים אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
Comments