top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

וויליאמסבורג • מעמד חנוכת הבית וקביעת מזוזות פאר נייעם ביהמ"ד מפואר דקהל יטב לב ד'סאטמאר שכונת גערי טרופ

זונטאג וזאת הברכה א' • ד' תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

סאטמארער חסידים אין וויליאמסבורג האבן פארלאפענעם שבת סליחות מיטגעלעבט א גאר געהויבענעם שבת, ווען עס איז אין א מזל'דיגע שעה באנייעט געווארן דעם גרויסן הערליכן נייעם בית המדרש דקהל יטב לב ד'סאטמאר שכונת גערי טרופ, וואס איז ערווארטעט אויסצושטייגן אלס א תל תלפיות פאר די גאנצע אומגעגנט, איבערהויפט פאר תלמידי וחסידי סאטמאר תושבי השכונה.


נאך העפטיגע בוי ארבעט די לעצטע צוויי יאהר האט מען אצינד צום גמר הבניה געפייערט דעם חנוכת הבית. אנגעהויבן ערב שבת נאכמיטאג ביים מעמד קביעת מזוזה אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.


דער רבי האט צום ערשט קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג און איז דערנאך אריין אינעם ביהמ"ד ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן גאנצן ביהמ"ד ומקוה מפוארה, אין באגלייטונג פון די הנהלת הקהילה, דער רבי שליט"א האט מכבד געווען די נדבני הבית צו קלאפן מזוזות, און ווארעם אנגעוואונטשען ברכת קדשו.


לרגל די פתיחת הביהמ"ד איז די רבי שליט"א ערשינען בהדרו צו די תפילות שבת אינדערפרי ברוב עם הדרת מלך, פארן דאווענען איז די רבי אריין אין די חדרי התפילה ווי עס איז פארגעקומען די חברת תהילים מיט די הונדערטער תינוקות של בית רבן, דער רבי האט מיטגעזאגט עטליכע קאפיטלעך מיט די קינדער, און דערנאך אריינגעקומען אינעם נייעם ביהמ"ד צום דאווענען, די רבי האט געדאוונט פארן עמוד שחרית.


פארן ליינען איז דער רבי ארויף אויפן ארון קודש און משמיע געווען דברות קודש לרגל חנוכת הביהמ״ד, ארומרעדנדיג אז די תכלית פון קומען אין ביהמ"ד איז אז מען זאל זיין א ציבור צוזאמען, כאיש אחד בלב אחד, און דאס איז די כוונה פון אויפשטעלן א ביהמ״ד, בסיום דבריו האט די רבי משבח געווען די אלע עסקנים און נדבנים וועלכע האט זיך אוועק געגעבן צו קענען אויפבויען און אהער שטעלן דעם ביהמ״ד און אויסגעפירט בברכות לרוב.


נאכן דאווענען איז פארגעקומען פארקומען א גרויסע קידוש לכבוד די חנוכת הבית, ווי די רבי שליט"א האט פארטיילט שיריים פאר די נדבנים והנהלת הבית מדרש און אנגעוונטשן מברכות קדשו, עס האט אויך אויפגעטרויטן דיין הבית מדרש הרה"ג ר' פנחס כ"ץ שליט"א און מען האט געזינגען ניגוני שמחה לכבוד המאורע.


נאכן קידושא רבה האבן הונדערטער חסידים צוריק באגלייט דעם רבי'ן לביתו נאוה קודש אויף בעדפארד.





















Comentarios


bottom of page