top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסאטמאר באזוכט ביים נארוואס פארענדיגטע בנין הבית רחל החדש "בנין אליהו ניישטאדט" אין מאנסי

דינסטאג פ' כי תצא • ז' אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: יוסי גאלדבערגער

 

דעם זונטאג איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען אויף די יערליכע באזוך אין שטאט מאנסי, וואו די רבי האט אויפגענימען די חסידים מיט קוויטלעך לקראת די ימי הרחמים והרצון, און שפעטער אויפדערנאכט אפגעראכטן די סעודת הילולא, לרגל די הילולא קדישא פון זקינו הרה"ק דער ייטב לב זי"ע, בהיכל ביהמ"ד הגדול דקהל יטב לב ד'סאטמאר אין מאנסי.


ביים אנקומען קיין מאנסי איז דער רבי צום ערשט אנגעקומען אויף א באזוך אין בנין הבית רחל החדש "בנין אליהו ניישטאדט" וועלכע איז נארוואס באנייט געווארן צום נייעם לערן יאר, דער רבי האט זיך באגריסט מיטן נדבן הרה"ח ר' אלי' ניישטאדט הי"ו און מיט די הנהלת המוסדות, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג און מכבד געווען הגה"צ רבי אברהם צבי וואזנער אב"ד ור"מ סאטמאר מאנסי און דער נדבן צו קובע זיין א מזוזה. דערנאך איז דער רבי אריין אינעם בנין און ארום זיך אומקוקן אויף אלע שטאקן און דערביי געהערט א באריכט פונעם מנהל המוסדות הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו. עס איז דערנאך פארגעקומען א מסיבת לחיים, וואו עס האט אויפגעטרעטן הר"ר איתמר טובי' שווארטץ שליט"א, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן פארן נדבן הרה"ח ר' אלי' הי"ו, פארן סאטמאר מאנסי רב שליט"א, פארן מנהל המוסדות הרה"ח ר' שמואל זאנוויל הי"ו, און פארן גאנצן ציבור.
























Comments


bottom of page