top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אומר ועושה • האד' מקארלין סטאלין באזוכט ביי די פארוואונדעטע אין די תל השומר שפיטאל

מאנטאג פ' לךלך • ח' חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש


היינט נאכמיטאג איז כ''ק האדמו''ר מקארלין סטאלין שליט''א אנגעקומען צו די שיבא שפיטאל אין תל השומר וואו די רבי האט מבקר חולה געוועהן ביי פילע פארוואונדעטע אין די שרעקליכע פאגראמען פארגאנגענעם יו''ט שמחת תורה. ווי געמאלדן האט דער קארלין סטאלין'ער רבי באלד ביים אנהייב מלחמה אויפגעפאדערט פון די חסידים ארויסצוגיין צו די שפיטעלער מחזק צו זיין אין אויפהייבן די געמיטער פון די פארוואונדעטע. אין א בחינה פון אומר ועושה איז די רבי שליט''א פערזענדליך אראפגעפארן צו די תל השומר שפיטאל וואו עס זענען האשפיטאליזירט פילע פארוואונדעטע אריינגערעכנט צענדליגער זעלנער וואו די רבי איז ארומגעגאנגען אין מחזק געוועהן די חולי ישראל, ארויסגייענדיג האט די רבי איבערגעלאזט ברכת קדשו פאר די שפיטאל פארוואלטונג זיי זאלן זעהן אסאך הצלחה אין סייעתא דשמיא אין זייער איבערגעגעבענע ארבעט.



bottom of page