top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

היסטארישע שבת אין ראחמיסטריווקא הויף אין ירושלים מיט דריי אדמורי"ים לבית ראחמיסטריווקא

מאנטאג פ' תרומה • כ"ו שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: צבי בלום, JDN

א ריזן ציבור חסידים תושבי ירושלים האבן מיטגעהאלטן א שבת נועם הנשמות בצל הקודש פון מרנן האדמורי"ם לבית ראחמיסטריווקא, די דריי רבי'ס, כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א פון אוקענוויין, און כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א פון ספרינג וואלי.


די שבת האט אויפגעוויקלט די אמאליגע ראחמיסטריווקא היסטאריע, ווען צדיקי ראחמיסטריווקא פלעגן פראווען שבתים אינאיינעם אין ירושלים בשבת אחים גם יחד, אנגעהויבן פון הרה"ק רבי אברהם דוב און זיין ברודער הרה"ק רבי דוד זי"ע וועלכע האבן אינאיינעם מכהן געווען באדמורו"ת ראחמיסטריווקא אין ירושלים, און שפעטער ווען כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא זצוק"ל פלעגט פראווען די שבתים אינאיינעם מיט זיין ברודער כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא זצוק"ל פון אמעריקא ביי זיינע באזוכן אין ירושלים, און אצינד האט זיך ווידער איבערגעשפילט דעם הערליכן מחזה.


אין לויף פונעם שבת זענען די געסט האדמורי"ם שליט"א מכובד געווארן ביותרת הכבוד, די ראחמיסטריווקא רבי פון ספרינג וואלי האט נישט אנגענומען קיין שום כיבוד היות וואס דער רבי איז נאך געוועהן אין די ימי השבעה נאך די פטירה פון א שוועסטער. אין ביהמ"ד הגדול פארנט פונעם ארון הקודש זענען געווען אויסגעשורהט די דריי שטענדער'ס פאר די רבי'ס, און דאס ביהמ"ד איז געווען אויסגעשטעלט מיטן מאקסימום פלאץ, מיט צוגעלייגטע פארענטשעס פון ביידע זייטן, איבערגעפולט מיט חסידים ואנשי מעשה.


שוין א שטיק צייט בעפאר דעם טיש איז די היכל הטישן געווען איבערגעפולט מקצה אל קצה, אידן זענען געשטאנען אין יעדן שפאלט, פרובירנדיג צו כאפן א בליק. אום צען דרייסיג זענען די רבי'ס אריין צום טיש, די ראחמיסטריווקא רבי האט פארגעזאגט שלום עליכם און די זמירות פאר קידוש, מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן דער ראחמיסטריווקא רבי פון ספרינג וואלי, דערנאך האט דער ראחמיסטריווקא רבי פון אוקענוויין קידוש געמאכט, און די ראחמיסטריווקא רבי האט איהם אויפגעהויבן די כוס.


בשעתן טיש האט מען אויפגעגעבן די מאכלים פאר די דריי אדמורי"ם שליט"א צוגלייך, און דערנאך האט מען אויסגעמישט און פארטיילט שיריים פארן ציבור.


דער רבי פון אוקענוויין האט פארגעזינגען כל מקדש, דערנאך האט דער ראחמיסטריווקא רבי געזאגט תורה און מכבד געוועהן דער רבי פון אקענוויין צו זאגן תורה. ביים טיש איז פארגעקומען די שבע ברכות פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא זצוק"ל בעל אמרות טהורות, די חתן א זון פון זיין איידעם הרה"צ רבי מרדכי טווערסקי שליט"א מטשערנאביל,. מיטן בענטשן איז מכובד געווארן די רבי פון ספרינג וואלי, און די ראחמיסטריווקא רבי האט געזאגט די שבע ברכות.


מען האט פארענדיגט דעם טיש קרוב צו איינס אזייגער אויפדערנאכט, נאכן טיש איז די ראחמיסטריווקא רבי אריין לחדר קדשו און דער ציבור זענען דורך זאגן גוט שבת פאר די געסט די אדמורי"ם שליט"א.


באשמורת הבוקר האבן אלע דריי אדמורי"ם אנטייל גענומען ביים אמירת תהילים ברוב עם כנהוג אין ראחמיסטריווקא, די ראחמיסטריווקא רבי האט געדאווענט שחרית כמנהגו אום 7:00 אזייגער אינעם היכל הטישן, און די געסט האדמורי"ם האבן געדאוונט אינעם צענטראלע מנין אין ביהמ"ד הגדול, דער רבי פון אוקענוויין האט עולה געווען שישי, דערנאך חודש געבענטשט און געדאווענט מוסף פארן עמוד לכבוד די יארצייט.


דער רבי פון אוקענוויין האט געגעסן די סעודה בצפרא דשבתא בבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' עקיבא גליק הי"ו, און דער רבי פון ספרינג וואלי האט געגעסן די סעודה בבית אמו הרבנית תליט"א.


ביים זמן הדלקת הנרות האט מען זיך געשטעלט דאווענען מנחה אין בית המדרש, מיט די געסט האדמורי"ם שליט"א. דער רבי פון ספרינג וואלי האט געפראוועט שלש סעודות בבית אמו הרבנית ביז צום זמן רבינו תם, וואו א גרויסן ציבור מעריצים האבן זיך צונויפגעפרעסט אינעם קליינעם שטוב מיטצוהאלטן רעווא דרעווין.


ביים זמן רבינו תם זענען די רבי'ס פון ירושלים און אוקענוויין אריינגעקומען צו  שלש סעודות אין היכל הטישן, די ראחמיסטריווקא רבי האט פארגעזאגט בני היכלא און יצוה, און דער רבי פון אוקענוויין האט פארגעזאגט ידיד נפש און קל מסתתר און איז מכובד געווארן מיטן בענטשן, נאך מעריב איז די רבי פון אוקנוויין אריבער צום אכסניא וואו ער האט געמאכט הבדלה און אפגעראכטן די סעודת מלווה מלכה ברוב עם.


Comentários


bottom of page