top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ספר תורה שרוי בצער: תפילות פאר כ"ק אדמו"ר מפאריסוב שליט"א הזקוק לרחמי שמים‎

מאנטאג פ' אמור • ד' אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש


לקיים בנו חכמי ישראל

דער נאכט איז כ"ק אדמו"ר מפאריסוב שליט"א אריינגעפירט געווארן צו די הדסה שפיטאל, דער רבי שליט"א ליידט פון א שוואכקייט אין די לעצטערע חדשים, און נאך פארשידענע אונטערזוכונגען, האבן די דאקטוירים פעסטגעשטעלט אז דער רבי ליידט פון א אינפעקציע וואס דארף דרינגענד באהאנדעלט ווערן, די רבי שליט"א איז געווארן ארויפגעלייגט אויף א רעספירעיטער און איז אנגעוויזן אויף תפילות ישראל. כלל ישראל איז מתפלל לרפאות מרן חנניה עקיבא יוסף בן רוחמה ליבא לרפואה שלמה בתוך שאר חולי ישראל. היינט נאכמיטאג וועלן זיך חסידי ואוהדי בית פאריסוב צוזאמנעמען אויף אן עצרת תפילה לרפאותו השלימה פונעם רבי'ן שליט"א אויפן ציון הק' פון אביו הגה"ק רבי בנימין ראבינאוויטש זצוק"ל ממשכנות הרועים אויפן הר המנוחות.


והן אל כביר לא ימאס תפילת רבים


Kommentare


bottom of page