top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ביטערע גזירת הגיוס וועט באהאנדלט ווערן ביי היסטארישע אסיפה אין בני ברק צווישן האד' מגור און מנהיגי עולם התורה

דאנשטאג פ' ויקהל • כ' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש


עס איז נארוואס באשטעטיגט געווארן אז קומענדיגע אנהייב וואך וועט אפגעהאלטן ווערן א היסטארישע אסיפה דחופה צווישן כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א און די גדולי מנהיגי עולם התורה, וואו מ'וועט ביי די ענגע פארמאכטע אסיפה באהאנדלען די ביטערע גזירת הגיוס וואס האט זיך ליידער דראסטיש פארשארפט און פארערגערט.


די אסיפה איז באשטימט אויף קומענדיגע וואך זונטאג, ווען דער גערער רבי שליט"א וועט ארויספארן קיין בני ברק און זיך טרעפן מיט די צוויי ראשי ישיבת סלאבאדקא, הגאון הגדול רבי דוב לאנדא און הגאון הגדול רבי משה הלל הירש, וואו מ'וועט בכובד ראש באהאנדלען דעם שווערן מצב, און דער ריכטיגער אפעקטיווער מהלך און לעזונג צו די ביטערע צרה.


די וואך איז א דעלעגאציע אין שפיץ פון הרה"צ רבי נחמי' אלתר שליט"א בשליחות הקודש פון אביו דער גערער רבי אנגעקומען אויף א זיצונג מיטן סלאבאדקע ראש הישיבה, וואו מ'האט א לענגערע צייט נושא ונותן געווען אינעם חומר הנושא, און ענדגילטיג איז מען געקומען אויף אן עמק השוה, צווישן אלע פראקציעס, סיי פון די אגודה און סיי פון די דגל קרייזן, אז מ'וועט לעת עתה נישט ארויסגיין פון די קאאליציע, נאר מ'וועט געבן פאר די רעגירונג אן "אולטימאטום", א דעדליין ביז יו"ט שבועות, אויפצוקומען מיט א חק וואס שטעלט צופרידן דעם חרדי'שן ציבור, און אז נישט וועט מען מוזן נעמען שריט ארויסצוגיין פון די קאאליציע און דערמיט אומווארפן די רעגירונג, עפעס וואס די אמטירנדע פירער זוכן אויסצומיידן פאר יעדן פרייז.


אין נאכפאלג פון דעם באשלוס איז באשטימט געווארן אפצוהאלטן די היסטארישע ערשטמאליגע זיצונג צווישן דעם גערער רבי שליט"א וועט ארויספארן קיין בני ברק און זיך טרעפן מיטן ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא און די אנדערע ראשי ישיבות, הגאון רבי משה הלל הירש, און נאך.


Comments


bottom of page