מיטוואך פ' ויצא • ג' כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש
שטייענדיג בלויז א קארגע וואך אפגערוקט פונעם גרויסארטיגן מסע המרומם פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א קיין אנטווערפן, שטייגט דאס התרגשות און שפאנענדע ערווארטונג ביי די הונדערטער חסידי סאטמאר תושבי אנטווערפן און ביי כלל חסידי סאטמאר פון איבער גאנץ אייראפע, וועלכע ציילן שוין די טעג און שעה'ן צום צדיק זה בא לבית מלוני, און מ'וועט זוכה זיין לקבל פני מלכם ומאורם, וועלכער קומט צו פארן לרגל די היסטארישע און פריידיגע געשעעניש, דער מעמד אדיר ומרומם "הנחת אבן הפנה" צום נייעם ביהמ"ד הגדול דקהל יטב לב דסאטמאר אין אנטווערפן.
פיבערהאפטיגע הכנות רוישן אויף אלע פראנטן מסדר צו זיין די פילצאליגע טעכנישע און לאגיסטישע צוגרייטונגען לקבל את פני המלך, און צו די פייערליכע קייט מאורעות דורכאויס די ימי הביקור.
נעכטן מוצאי שבת תולדות איז אפגעהאלטן געווארן א צענטראלע גענעראל פארזאמלונג און כינוס עסקנים אין אנטווערפן, וואו ס'איז אויסגעשמועסט געווארן אלע פרטי הביקור און ס'איז צוגעטיילט געווארן ראלעס פאר אלע עסקנים ביי אלע מעמדי קודש.
די אכסניא של תורה פונעם רבי'ן שליט"א וועט זיין אין שטוב פון הנגיד החסיד ר' יעקב יוסף לעפקאוויטש מראשי הקהלה, וועלכער האט די לאנגיעריגע חזקה צו דינען אלס בעל אכסניא פונעם רבי'ן שליט"א, איבערנעמענדיג די זעלטענע זכי' פון זיין פאטער דער לעגענדארער בעל אכסניא פון אדמור"י בית סאטמאר אין אנטווערפן, הרה"ח המפואר ר' פרץ לעפקאוויטש ז"ל.
מטעם די צענטראלע קהלה מחזיקי הדת איז איבערגעגעבן געווארן פאר בית כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, אז לכבודו פונעם רבי'ן וועלן זיי גרייט מאכן די פריוואטע מקוה וואס די קהלה פארוואלטעט אין די צענטראלע בנין פון די גרויסע מקוה שע"י קהל מחזיקי הדת, אז עס זאל זיין דינען אלס פראכטפולע פריוואטע מקוה מהודרת פאר'ן רבי'נס באנוץ דורכאויס די ימי הביקור.
אינערהאלב דער מאסיווער אש"ל אפאראט איז מטעם די וועד הנסיעה ארויסגעדינגען געווארן די גרויסע "פלאזא האטעל" אין צענטער פון שטאט, וואס וועט דינען אלס צענטראלע אש"ל באזע וואו עס וועלן פלאצירט ווערן בכבוד הראוי די הונדערטער חסידים וואס קומען צו פארן פון איבער גאנץ אייראפע, און באזונדער די נגידים ונדיבים בעם און חשובי העדה און ראשי הקהלה פון איבער די וועלט.
ווי אויך איז ארויסגעדינגען געווארן די עלעגאנטע "מארקיו" האטעל-זאלן, וואו ס'וועט אפגעהאלטן געווארן א גייסטרייכע מסיבה נהדרה לטובת דעם אויפבוי פונעם ביהמ"ד החדש.
בהדרת כבוד איז היינט זונטאג אריינגעגאנגען א חשוב'ע דעלעגאציע פון די סאטמארער ראשי הקהלה אין שטאט, אל הקודש פנימה ביי כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, וועלכער האט זיך נארוואס אהיימגעקערט פון אפרו, צו לאדענען צום מעמד הגדול הנחת אבן הפנה, וואס דער רבי שליט"א האט אויפגענומען די הזמנה מיט א שמחה, און אויסגעדרוקט התרגשות צום אנקום פונעם סאטמארער רבי'ן שליט"א בקרב העיר.
צווישן די גרויסע הכנות איז געווארן אראנדזשירט א מאסן טראנספארטאציע אפאראט, וואס וועט צושטעלן באקוועמע טראנספארטאציע פאר חסידי סאטמאר פון לאנדאן און מאנטשעסטער, וואס וועלן קומען צו פארן מיטלעבן די לעכטיגע טעג בצלא דמהימנותא פונעם רבי'ן שליט"א.
גדול יהיה כבוד הביקור הזה
Comments