top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

לאנדאן: האד' מסטריקוב באזוכט ביים זקן ראשי הישיבות הגאון רבי אליקים שלעזינגער ראש ישיבת הרמה

  • Bechatzros admin
  • 13 ביולי
  • זמן קריאה 1 דקות

זונטאג פ' פנחס • י"ז תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: JDN

כ''ק אדמו"ר מסטריקוב שליט"א וואס איז צוגאסט די טעג אין לאנדאן לכבוד די חתונה פון אן אייניקל האט דעם דאנערשטאג נאכמיטאג אפגעשטאט א באזוך במעונו פונעם זקן ראשי הישיבות הגאון הגדול רבי אליקים שלעזינגער ראש ישיבת הרמה לאנדאן וואו עס איז דערביי געשאפן געווארן א הערליכע שמועס ביי וועלכן דער רבי האט אויסגעפרעגט דעם ראש הישיבה איבער זיינע זכרונות פון די גאונים וצדיקים הקודמים ביי וועם ער האט זוכה געוועהן זיך מסתופף צו זיין בצילם; הרה"ק מבעלזא זי"ע, דער חזון איש, דער בריסקער רב און נאך. נאכן באזוך וואס האט זיך פארצויגן קרוב צו א שעה צייט האט זיך דער רבי געזעגענט מיטן ראש הישיבה בברכות לרוב.

ree
ree

תגובות


bottom of page