האד' מתולדות אברהם יצחק וועט עולה זיין אין היסטארישע ס"ת פון בעשטה"ק וואס ליגט באוצרו פון האד' ממחנובקא בעלזא
- Bechatzros admin
- 8 ביולי
- זמן קריאה 2 דקות
דינסטאג פ' בלק • י''ב תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש

אין א היסטארישע שריט וועט כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א דעם קומענדיגן דאנערשטאג עולה זיין אינעם היסטארישן ספר תורה פונעם הייליגן בעל שם טוב הק' זי"ע וואס ליגט בבית גנזי המלך פון כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א.
די עלי' לתורה וועט זיין בשעת האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק וועט זיך דעם דאנערשטאג געפינען אין שטאט בני ברק, לרגל די חתונה פון אן אייניקל, זון פון חתנו כ"ק אדמו"ר מספינקא מאנסי שליט"א. דאס קומט נאך א לענגערע צייט וואס דער רבי שליט"א דרוקט אויס רצון קדשו מיט א התשוקקות עצומה עולה צו זיין אין דעם הייליגן ספר תורה, אבער למעשה איז דאס נישט צושטאנד געקומען ביז יעצט, און אצינד אז דער רבי שליט"א וועט זיך געפינען בשערי העיר בני ברק, וועט ער זוכה זיין צו ערפילן זיין לאנגיעריגע תשוקה און עולה זיין אויף דעם ספר.
מטעם בית כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א איז געווארן צוגעגרייט אלע דעטאלן צום היסטארישן עלי' לתורה, און באזונדער האט דער מאחנובקער בעלזער רבי שליט"א אויסגעדרוקט א געוואלדיגע הנאה אויפצונעמען דעם כהן הגדול מאחיו, האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק, עולה צו זיין אין דעם היסטארישן ירושה ספר תורה.
לויט'ן יעצטיגן פלאן וועט דער רבי שליט"א איבערנעכטן אין בני ברק מיטוואך נאכט נאך די חתונה, בבית הרה"ג ר' יעקב יושע ענגלענדער שליט"א ראש ישיבת מאחנובקא בעלזא בני ברק, און אויפצומארגנס וועט מען דארט אריבערברענגען דעם ספר הבעל שם טוב, דער תולדות אברהם יצחק רבי שליט"א וועט דארט דאווענען שחרית בבית האכסניא, און בשעת קריאת התורה עולה זיין לתורה מיט א פלאם פייערדיגן התעוררות ורגש נלהב.
עס וועט אויך געגעבן ווערן די געלעגנהייט פאר די תלמידי ישיבה גדולה תולדות אברהם יצחק אין ביתר, וועלכע האבן זיך אויסגעצייכנט אין די לימודים, וועלן קענען מיטדאווענען מיט'ן רבי'ן און מיטלעבן די הייליגע מאמענטן.
תגובות