top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

היסטאריש רייכער 'שבת המייסדים' דורך איגוד מוסדות טאהש נ.י. פאר נגידים ופטרוני המוסדות אין פארסיפאני ניו דזשערזי

  • Bechatzros admin
  • לפני יום 1
  • זמן קריאה 4 דקות

עודכן: לפני שעה

דינסטאג פ' במדבר • כ''ט אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש

די חשוב'ע נגידים תומכי ועמודי מוסדות טאהש אין ניו יארק וועלכע האבן זוכה געווען מיטצוהאלטן די דערהויבענע שבת המייסדים, זענען נאך אונטער'ן רושם און שטארק באגייסטערט פון די הערליכע שבת וואס איז פארריבער, אינעם פערסיפיני האטעל אין ניו דשערסי, בצל הקודש כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א, אויפן רייכע עלעגאנטע פארנעם אזוי ווי עס פאסט זיך פאר די נגידים תומכי ומחזיקי תורה.


ערב שבת נאכמיטאג האבן זיך די טויערן פונעם האטעל געעפנט, ווי די עסקנים האבן יעדעם אויפגענומען בסבר בפנים יפות. במשך די נאכמיטאג שעות איז געווען צוגעגרייט רייכע טועמי' אין מארק אויפן אלטן שטייגער, ספעציעל איז געבויעט געווארן א הייסע באקוועמע מהודר'דיגע מקוה, אונטער די השגחה פון די דייני הקהילה.


אין די שפעטע נאכמיטאג שעהן איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד, און אויפגענומען אלע נגידים לברך ולהתברך, ווי יעדער נגיד האט אריינגעשריבן די נאמען אין די ספעציעלע מגילת היסוד, מייסד צו זיין די "איגוד מוסדות טאהש ניו יארק", און מקבל געווען א הערליכע מתנה, די נייע לעדערנע "זמירות עבודת משולם פייש" וואס די רבי האט פארטיילט פאר די נדיבים.


הארט פארן זמן הדלה"נ איז פארגעקומען די דערהויבענע מעמד "אבות על בנים", ווי מען האט געזינגן ווארימע התעוררות'דיגע ניגונים, זייענדיג מתפלל על בנינו ועל דורותינו, און דער חזן מו"ה ישראל אדלער הי"ו האט אויפגעטרעטן מיט ווארימע חרוזין.


דער רבי שליט"א האט מסדר געוועהן די עירוב כדת וכדין, און דערנאך געצינדן די נרות שבת, און געזאגט די תפילת השל"ה און שיר השירים אינאיינעם מיטן גאנצן ציבור מיט גרויס התעוררות.


נאך מנחה האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' שלמה יונגער שליט"א דומ"ץ טאהש קרית יואל, וועלכע האט בנועם שפתיו אריינגעברענגט די גאנצע ציבור אינעם העכער'ן אטמאספערע פון א שבת ביים רבי'ן.


תיכף דערנאך איז דער רבי שליט"א צוגעגאנגען צו קבלת שבת און דערנאך געדאווענט מעריב און געציילט ספירה מיט גרויס התעוררות. נאכן דאווענען איז די גאנצע ציבור איז אריבער דעם רבי'ן וואונטשן 'א גוט שבת', און די רבי שליט"א האט ממשיך געווען צו טיילן די זמירות פאר די נגידים בעם וועלכע האבן נישט באקומען פרייטאג נאכמיטאג, מפני קוצר הזמן.


דערנאך איז מען אריבער צום אולם השלחנות, ווי מען האט געזינגן אינאיינעם די זמירות שבת, אנגעפירט דורך 'זמרה קאפעליע', אין שפיץ פון מוה"ר איתמר ארגעל הי"ו ראש מקהלת המנגנים דחצר הקודש טאהש.


די סעודה איז געוועהן צוגעגרייט רייך און מלכות'דיג מלכות'דיגע סעודה, באגךייט מיט הערליכע דרשות אנגעפירט דורכן באקאנטן טשעירמאן מוה"ר מאיר מרדכי בערקאוויטש הי"ו. מיט די זמירות שבת האט די רבי מכבד געוועהן די דייני ק"ק טאהש ברחבי ניו יארק און די נגידים החשובים יושבים ראשונה במלכות.


דער רבי האט פארגעלערנט אין ספה"ק נועם אלימלך כמנהגו יעדן שבת, און דערנאך ממשיך געווען מיט דברות קודש. נאכן סעודה איז געווען צוגעשטעלט א רייכע באטע פארן גאנצן עולם, ווי מען האט ווייטער פארברענגט אינאיינעם בשירה ובזמרה.


שבת אינדערפרי פון 6:00 איז שוין דער ביהמ"ד געווען פיל מן הקצה אל הקצה, ווי די גאנצע ציבור האט אויסגעזאגט גאנץ ספר תהלים כנהוג ברוב עם ובהתעוררות רב, און דער רבי שליט"א האט געדינט אלס שליח ציבור.


מען האט זיך דאן געשטעלט צו א ווארימע תפילות שחרית ווען צום עמוד איז צוגעגאנגען דער חזן מוה"ר ישראל אדלער הי"ו פון ארץ ישראל. די עליות זענען פארקויפט געווארן דורך מוה"ר מאיר מרדכי בערקאוויטש הי"ו פאר פאנטאסטישע סכומים.


פאר מפטיר האט דער רבי געמאכט די מי שברך פאר חולי ישראל, די רבי שליט"א האט עולה געווען מפטיר, געקויפט געווארן דורך הגה"צ רבי שלמה ראטטער אב"ד קלוזש מעמודי ובריחי התיכון פון די מוסדות הקדושים דחסידי טאהש, ווי דער רבי האט זיך באדאנקט און געמאכט א ספעציעלע מי שברך.


דער רבי שליט"א האט דערנאך געבענטשט ראש חודש מיט גרויס התעוררות, און צוגעגאנגען צו תפילת מוסף. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א קידושא רבה.


קורץ נאכן דאווענען איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור, במשכ'ן סעודה האט מען געזינגן שיינע ניגונים לכבוד שבת, און דער רבי האט געבענטשט ברכת המזון על הכוס.


שבת נאכמיטאג איז געווען צוגעשטעלט א רייכע עונג שבת. דער טאהשער דיין פון וויליאמסבורג האט פארגעלערנט פרקי אבות, דערציילנדיג הערליכע שיינע עובדות וענינים, ארויסברענגענדיג מיט א קלארקייט די וויכטיגקייט פון ארויסהעלפן דעם רבי'ן שליט"א אויפצושטעלן טאהש'ע מוסדות אין ניו יארק לנו ולדורותינו, און ארומגערעט איבער די התייסדות פונעם טאהשער שטעטל וואס איז געוועהן למעלה מדרך הטבע און ב"ה מען האלט שוין דא ביים גרינדען מוסדות אין אלע היימישע געגענטער אין ניו יארק.


ביי שלש סעודות האט די רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש בגודל סגולת הזמן, ספירת יסוד שביסוד, און וויאזוי צו מאכן די ריכטיגע הכנה לקבלת התורה, אויספירענדיג מיט ווארימע ברכות לרוב. דער רבי איז צוגעגאנגען צו תפילת מעריב מוצאי שבת, און ספירה און דערנאך געמאכט הבדלה ברוב עם.


נאך הבדלה האט מען געזאגט המבדיל ויתן לך און דערנאך האט דער חזן מוה"ר ישראל אדלער הי"ו אויפגעטרעטן מיט חרוזים, און הערליך שיין צוזאמגענימען די גאנצע שבת מתחילתו ועד סופו, די רייכע דרשות פרייטיג צונאכטס, שבת צופרי און פרקי אבות, און די שלש סעודות תורה פון רבי'ן שליט"א, און וויאזוי מיטצונעמען די השפעות פונעם שבת אויף ווייטער, און מסיים געוועהן מיט א געלט מעשה פון הרה"ק מטאהש זי"ע.


דערנאך האט די רבי שליט"א דערציילט א סיפור, איבער א נגיד וועלכע האט געגעבן א גרויסע סכום פאר סאטמאר'ע מוסדות, און זיך דערנאך אויפגעטון דערמיט, האט אים הרה"ק מסאטמאר זי"ע געזאגט, אז דער 'איש חסיד היה' האט געגעבן מער ווי דיר, האט ער צוגעגעבן א הוספה ס'זאל טאקע אנקומען צו 'שמונה מאות אלף זהובים', ארויסברענגענדיג אז ווער עס וויל קען נאך מוסיף זיין, פאר די הייליגע מוסדות, און ווי פארשטענדליך האט דער ציבור טאקע מוסיף געווען צו די פריעדיגע נתינות.


דערנאך זענען אלע נגידים אריבער ביים רבי'ן פאר א לענגערע צייט, ווי דער רבי האט אריינגעשריבן ביי יעדעם עקסטער חתימת יד קדשו אין די נייע לעדערנע זמירות עבודת משולם פייש, וועלכע די חשוב'ע נגידים האבן באקומען במתנה מידי קדשו פון רבי'ן שליט"א ערב שבת קודש.


שפעטער מוצאי שבת איז דער רבי ארויס פארנט פונעם האטעל, און זיך אומגעקוקט בקורת רוחו אויף די דריי באסעס פון די מוסדות אין ניו יארק, וועלכע אירע גרויסע טעגליכע זכותים לעד ולנצח זענען אויספארקויפט געווארן במשכ'ן שבת קודש דורך די נגידים החשובים.





























































































































































































































































bottom of page