top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסאטמאר באזוכט בקרב חסידי סאטמאר אין נייע אויפבליענדע ישוב אין לינדען

  • לפני 9 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' כי תבא • י''ד אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: י שטיין

דעם זונטאג העעל"ט האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אפגעשטאט א געהויבענעם ביקור קודש אין לינדען ניו דזשערזי בקרב עדת צאן מרעיתו תושבי העיר.


ביים אנקומען אין שטאט האט דער רבי צום ערשט באשיינט די מעמד החומש סעודה דורך די ילדי כיתה א' אין די ארטיגע סאטמארער מוסדות, וואס איז פארגעקומען אין די נייע פראכטפולע ביהמ"ד פון די קהילה מיט די באטייליגונג פון אלע עלטערן און זיידעס.


די תלמידים האבן פארגעזינגען הערליכע חרוזים לכבוד דעם מעמד און דערנאך האט דער רבי שליט״א געוואונטשן לחיים און משמיע געווען דברות קודש, ארויסברענגענדיג די שמחה פאר די שטאט לינדען אז אזויפיל תלמידים הייבן אן צו לערנען חומש, און מאריך געווען בשבח הקהילה זאגענדיג אז עס איז נאך טאקע א קליינע קהילה אבער נאר בכמות, באיכות איז עס גאר א שיינע קהילה, א חשובע קהילה, מיט א חשובע רב, און שיינע מוסדות, און בעז"ה וועט עס זיין מוסיף והולך אין אלע ענינים, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו פאר די הנהלת המוסדות והקהילה און פאר אלע עטלערן און זיידעס.


דאן זענען די קינדער דורך כבני מרון און דער רבי שליט״א האט יעדן עקסטער איבערגעגעבן א סידור. באזונדער האט דער רבי פארטיילט געבענטשטע מטבעות פאר די תלמידים פון די עלטערע כתות פון די מוסדות.נאכן חומש סעודה איז דער רבי אראפ אויפן אונטערשטן שטאק פונעם בנין הביהמ"ד ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט ביי די מקוה מפוארה און די היכל התורה און דערביי געהערט א באריכט פון די הנהלת הביהמ"ד.


דערנאך איז דער רבי צוגעפארן צו די מקוה טהרה דקהל יטב לב ד'סאטמאר אין לינדען וועלכע איז אין די טעג פארענדיגט געווארן ברוב פאר והדר, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די גאנצע מקוה מיט אלע אירע הידורים און דערנאך קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די עסקנים און בוני המקוה.


פון דארט איז דער רבי אריבער בבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' יעקב יואל ווייס הי"ו וואו עס איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פאר חסידי סאטמאר תושבי העיר לברך ולהתברך לקראת די ימי הרחמים והרצון.


אינצווישן די זמני כניסה וואס האט אנגעהאלטן עטליכע שעות נאכאנאד איז אריבערגעקומען אויף א באזוך דער מייסד העיר כ"ק אדמו"ר מקאסאן שליט"א, בין השיחין האט זיך דער רבי שליט"א ווידער אויסגעדרוקט בשבח פונעם שטאט לינדען, דער רבי האט מכבד געווען דעם קאסאנער רבי'ן מיט לחיים און געוואונטשן א ברכת מזל טוב שטייענדיג אין די ימי השבע ברכות לרגל דח חתונה פון אן אייניקל.אויך איז געווען אויף א באזוך בקודש פנימה הגה"צ רבי נתן דוד אשכנזי שליט"א האדמו"ר מאלעסק סטאניסלאוו וועלכער איז געקומען מקבל זיין ברכת הקודש צום נייעם יאר.


ביים ענדע פון די זמני כניסה איז פארגעקומען א מעמד חתימת שטרות ווי דער רבי שליט"א האט אונטערגעשריבן שטרות מיט פילע חסידים תושבי לינדען וואס האבן מנדב געווען גרעסערע סכומים לטובת די בנין הת"ת פון מוסדות סאטמאר לינדען, און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו. 



תגובות


bottom of page