top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הַרְחִיבִי מְקוֹם אָהֳלֵךְ • ביהמ"ד הגדול באבוב פארברייטערט מיט נייע פליגל צו אקאמאדירן פרישע הונדערטער זיצן

מאנטאג פ' האזינו • כ"ז אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

 

מיט גרויס עקסטאז און פרייד קוקן זיך חסידי באבוב צו מיט פרייד צו די הרחבת גבולי הקדושה ווען אין די יעצטיגע טעג איז אויפגעבויעט געווארן א נייע פליגל צו פארגרעסערן דעם גיגאנטישן היכל ביהמ"ד הגדול דקהל שערי ציון באבוב אין בארא פארק. די מאסיווע אונטערנעמונג להוסיף על העזרות, קומט אין א צייט וואס די ביהמ''ד איז איבערגעפילט עד אפס מקום מדי שבת בשבתו, און מ'האט כסדר געדארפט צולייגן נאך פלעצער און פליגלעך צום גרויסן היכל צו קענען אקאמאדירן דעם ציבור האלפים וואס שטייגט און וואקסט אויף א שטוינענדע פארנעם, און מיט יעדן פארבייגייענדן יאר האבן די גבאים שווער געקענט נאכקומען די נאכפראגע אויף זיץ-פלעצער, ספעציעל ווען עס קומט ימים טובים איבערהויפט חודש תשרי בצל הקודש.


מיט עטליכע יאהר צוריק האט מען אריינגענומען די מנינים שטיבלעך אויף מעריב זייט אלס עמטליכע טייל פון ביהמ''ד מדי שבת בשבתו, דערויף האט מען צוגעבויעט א פרישע פליגל אויף צפון זייט, אין צוגאב האט מען די לעצטע עטליכע יאר אויפגעשטעלט א גאלאריע פאר די ימים הנוראים אבער די עסקנים האבן זיך ווייטער דערזעהן מיט א מאנגל אין פלאץ.


דעם זומער זענען די ראשי הקהילה אריין אין קאנטראקט אויף נאך א הויז הארט נעבן דאס ביהמ"ד אויף די 47'סטע גאס, וואו מ'האט אין לויף פונעם זומער אראפגעווארפן דעם הויז און באלד אונטערגענומען מאסיווע בוי ארבעט אויפן שטח צו פארגרעסערן די ביהמ"ד אויפן נייעם שטח און דערמיט מוסיף זיין נאך הונדערטער זיצן פאר די יונגעלייט חסידי באבוב צו קענען מיטהאלטן די עבודת הקודש און תפילות אין ביהמ"ד - א פריאעקט וואס האט אפגעקאסט ריזיגע געלטער ארויפציענדיג א גענצליך נייע פליגל פון די יסודות ארויף, בנווסף צו די איבעריגע פליגלעך און די גאלאריע וואס וועט פארבלייבן צו קענען עטוואס לינדערן די מאנגל און פלאץ אין ביהמ"ד.


דעם ערב שבת איז כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א אנגעקומען צום נייעם פליגל אויף א באשיידענעם מעמד קביעת מזוזה, די רב שליט"א האט ארומגעשמועסט מיט די עסקנים און דערמאנט דאס וואס אביו הרה"ק בעל 'דברי שלמה' מבאבוב זצוק"ל האט זיך נוהג געוועהן בשעתו ווען מהאט מרחיב געווען די גבולי הקדושה - אריינצוטאנצן שבת איניעם נייעם היכל אין אזוי מקדש זיין און מוסיף זיין על העזרות בשיר וקול תודה, די רב האט געמאכט די ברכה און געקלאפט די מזוזה און אנגעוואונטשן די עוסקים במלאכת הקודש. פרייטאג צונאכטס נאכן טיש האט די רב שליט"א טאקע אריינגעטאנצן אין די נייע פליגל ביים ביהמ"ד הגדול אינאיינעם מיט די חתנים און דערמיט מקיים געווען דעם ''מוסיפין על העזרות במלך ובשיר''.













Comments


bottom of page