top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פריידיגע מעמד 'כבוד חכמים ינחלו' אין טבריה פאר מופלגי אברכי ק"ק תולדות אהרן נבחני הש"ס

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 11 בפבר׳
  • זמן קריאה 2 דקות

עודכן: 13 בפבר׳

דינסטאג פ' יתרו • י"ג שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטר


אן התרגשות'דיגע און גייסטרייכע מעמד נשגב 'כבוד חכמים ינחלו' איז אפגעראכטן געווארן פארפלאפענעם זונטאג בשלח בחצר הקודש תולדות אהרן אפצוגעבן די פאסיגער כבוד התורה פאר די הונדערטער חשובע אינגעלייט תלמידי חכמים מיטגלידער פון די בארימטער מפעל התורה 'תורתך שעשועי' וואס האבן זיך פארהערט אויף מסכתות הש"ס און האבן ארויסגעוויזן א אויסערגעווענליכע בקיאות, די מעמד איז פארגעקומען אין עיה"ק טבריה ווי כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א וויילט דורכאויס די ימי השובבי"ם למנוחת נפשו הטהורה.


אין די מיטאג שעות זענען די הונדערטער אינגעלייט אנגעקומען קיין טבריה, וואו מען האט צום ערשט מתפלל געווען ביים ציון הק' פון הרה"ק רבי אברהם מקאליסק זי"ע בעצם יומא דהילולא קדישא, דערנאך איז מען אריבער צום מתחם קבר רבי מאיר בעל הנס וואו מען האט געדאוונט מעריב ברוב עם אינעם ביהמ"ד על קברו אינאיינעם מיטן רבי'ן שליט"א, און דערנאך איז מען ארויס צום חצר אויף די תפילת רבים און מעמד הישועות אינאיינעם מיט די הונדערטער תלמידי חכמים, וואו מען האט אין א פאראייניגטער כח הרבים מתפלל געווען לישועת הכלל והפרט ברוחניות ובגשמיות, דערנאך האבן די משתתפים געהאט די זכיה דורכצוגיין אל מול פני הקודש בפתקי דרחמי להיוושע בכל מילי דמיטב.


א פלאטע פון באסעס האט דאן געפירט דעם ציבור צו א פראכטפולע זאל אין טבריה וואו די הונדערטער גליקליכע מסיימים חתני התורה, האבן זיך געוואשן צו א רייכע סעודת מצוה כיד המלך, בארימטע בעלי מנגנים פונעם 'קאפעליע' כאר אין שפיץ פונעם בעל מנגן ר' עוזיאל דייטש הי"ו האבן פאכמאניש מהנה געווען דעם ציבור בשירה וזמרה, מיט פאסיגע ניגונים.


געעפענט די מעמד האט הרה"ג ר' מענדל אייזנער שליט"א, וועלכער שטייט שוין העכער א חצי יובל יאר אין שפיץ פון די פעולות דורכן מפעל תורתך שעשועי און האט באגריסט די פילע משתתפים און אויפגערופן דעם חשוב'ן יושב ראש המעמד נואם בחסד עליון הרה"ג ר' ברוך שווארץ שליט"א ראש ישיבת אור התורה וואס האט בטוב טעם ודעת אנגעפירט דעם גאנצן מעמד.


אינצווישן האט מען געהאט די זכיה מיט גרויס התרגשות צו ענטפאנגען את פני הקודש פון רבי'ן שליט"א בשירה וזמרה, דערנאך האט מען געהערט טרעפליכע ווערטער פונעם אורח הכבוד וואס איז ספעציעל געקומען צופארן צו די מעמד, די בארימטע תומך תורה הרבני הנגיד רבי שלמה וועבער הי"ו יושב ראש מפעל התורה 'והגית' דחסידי פאפא, וואס האט ארומגערעט איבער די חשיבות און גרויסקייט פון זיין אנגעשלאסן אין אזא הייליגע חבורה.


הערליכע חרוזים האט מען געהערט פונעם בארימטער מנגן, ר' יואל הערשקאוויטש, ארויסהייבנדיג די מהפכה גדולה ללימוד התורה דורך די חבורה תורתך שעשועי, דערנאך האט מען געזינגען ווארימע ניגוני התעוררות, און עטליכע ניגון דביקות וואס איז מקובל פונעם בעל הילולא די הייליגער קאליסקער זי"ע וואס מנוחת קדשו באתרא הדין.


אינעם קלימאקס האט מען זוכה געווען צו הערן די פייערדיגע דברי אלקים חיים פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, ארומקאכנדיג מיט הייליגע בחינות און התפעלות פון די עדה הקדושה וואס איז זוכה צו זיין אנגעבינדן מיט די הייליגע תורה בקשר אמיץ וחזק, און פאהערן זיך אויף ש"ס מיט א געוואלדיגע בקיאות און בהירות, צום שלוס זענען אלע יונגעלייט דורך אל מול פני הקודש ערהאלטן די תעודות ווערנדיג באקרוינט אלס 'נזר נבחני הש"ס', און דערמיט האט זיך געשלאסן דער מעמד אדיר וואס האט אריינגעבלאזן א חיות דקדושה און אנטשלאסנקייט ממשיך צו זיין בעסק התורה בידיעה עצומה ביתר שאת ועז.




Comentários


bottom of page