דאנערשטאג פ' ויחי • ט"ז טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש
נעכטן מיטוואך נאכמיטאג אויפן וועג קיין בית שמש צום וועכענטליכן באזוך בהיכל ישיבתו איז מרן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט''א בעל תשובות והנהגות ארומגעגאנען באקוקן די עירוב ירושלים עיה''ק אינאיינעם מיט די רבני וועד העירובין שע''י העדה החדרית, וואו מען האט בודק געוועהן די פארגרעסערטע עירוב און די תחומין.
דער גאון האט באקוקט די עירוב אין אויסגעשמועסט די פילע דעטאלן וואס די עירובי תחומין און עירובי חצרות נעמט אריין, און פארשידענע שאלות וואס מאכן זיך יעדע שטיק צייט, ביים ענדע האט דער פוסק הדור האט ווארעם געוואונטשן שלא יצא מכשול מתחת ידינו.
Comentarios