top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

איינגארטיגע יארצייט טיש דורך האד' מוויז'ניץ מיט נגידים אין ניו דזשערזי

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 5 ביוני 2024
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 4 באוג׳ 2024

מיטוואך פ' במדבר • כ"ח אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברמי ווייס


דעם זונטאג נאכמיטאג נאכן גרויסן שבת 'מתנה טובה' בראשות מרן האדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א אין ניו דזשערזי האט די רבי אפגעראכטן אן אייגנארטיגע יארצייט טיש לרגל די הילולא קדישא פון זקינו הרה"ק בעל תורת חיים מקאסוב זי"ע, כשהמלך במסיבו אויסשליסלעך מיט די חשובע נדיבי עמים חברי 'מאירים' - תומכי איגוד מוסדות וויז'ניץ, די רבי שליט"א האט זיך געוואשן צום סעודת הילולא און מען האט געזינגען די ניגוני יארצייט כנהוג, דערנאך האט אויפגעטראטן מיט א הפלא'דיגע דרשה הרה"צ רבי לוי יצחק האגער בן כ"ק אדמו"ר מוויז'ניץ לאנדאן שליט"א וואס האט מרחיב געווען איבער פארשידענע ענינים אין היסטאריע לבית קאסוב ארום די בעל ההילולא, און איבער די גרויסקייט פון שטיצן די וויזניצער מוסדות בארץ הקודש. דערנאך האט די רבי מכבד געווען בנו הגה"צ רבי יעקב מרדכי האגער אב"ד וויז'ניץ אלעד פארצוזינגען יזכור אהבתם, די רבי האט געבענטשט על הכוס און דערנאך געדאווענט מנחה פארן עמוד. נאכן סעודת הילולא האט די רבי אויפגענימען די תומכים הנכבדים מיט קוויטלעך.



Comments


bottom of page