געמיינזאמע "אסיפת ראשי ישיבות" ווערט פאררופן דורך ראש הישיבה הגאון ר' דוב לאנדא שליט"א אין אנבליק פון גזירת הגיוס
- Bechatzros admin
- 28 ביולי
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' דברים • ג' אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

אין ווייטערדיגע באריכטן איבער'ן שווערן מצב אין ארצינו הקדושה מיט'ן ביטערן גזירת הגיוס וואס לויערט אויף צענדליגער טויזענטער חרדי'שע בחורים און יונגעלייט, איז היינט געמאלדן געווארן אז דער מנהיג עולם התורה אין ארץ ישראל מרן ראש הישיבה הגאון ר' דב לאנדא שליט"א האט פאררופן אן אסיפת חירום אינאיינעם מיט די ראשי הישיבות פון די ליטווישע קרייזן ברחבי ארצנו הקדושה, מטכס עצה צו זיין אינאיינעם וויאזוי זיך אן עצה צו געבן מיט'ן ברענענדיגן פראבלעם פון גיוס בני הישיבות וואס גייט נישט אראפ פונעם סדר היום.
דער ראש ישיבה טוט שוין אין די לעצטע תקופה אויסדריקן זיין גרויסן ווייטאג אויף די ביטערע גזירת הגיוס, און אין די לעצטע טעג ווען די גזירה האט אנגענומען א מער ערנסטן פארעם ווען די ממשלת הרשעה האט ארויסגעשיקט ארום 54 טויזענט צווי גיוס פאר בני הישיבות וואס דאס שטעלט דעם גאנצן עולם התורה אין א באלדיגער סכנה, האט דער ראש ישיבה זיך אויסגעדריקט אז מיר האבן אן אחריות פאר די קומענדיגע דורות און דעריבער טאר מען נישט ווארטן נאר תיכף צוזאמרופן אלע ראשי הישיבות פאר א וויכטיגן אסיפה, דער ראש ישיבה האט נעכטן אריבערגערופן צו זיך העסקן הרב חיים אהרן קאופמאן יושב ראש ועד הישיבות און האט אים באאויפטראגט צו ארגאניזירן א כינוס חירום, וואו עס וועלן זיך צוזאמנעמען אונטער איין דאך אלע ראשי הישיבות פון די ליטווישע קרייזן אין ארץ ישראל.
לויט'ן יעצטיגן פלאן וועט דער כינוס פארקומען דעם קומענדיגן דאנערשטאג דברים אין די זאלן 'היכלי מלכות' אין בני ברק, און וועט דינען אלס א פלאטפארמע פון א חיזוק פאר'ן גאנצן עולם התורה אין ארץ ישראל, און גלייכצייטיג וועט דער כינוס ארויסגעבן א פאראייניגטן רוף זיך צו האלטן פעלזנפעסט באגודה אחת קעגן די ביטערע גזירה, ביים כינוס וועט דער ראש הישיבה הגאון ר' דב לאנדא שליט"א משמיע זיין דעם דעת תורה וחובת השעה אין אנבליק פון די קריטישע תקופה אין וואס מ'טרעט יעצט אריין אנבאלאנגט די גזירת הגיוס, ולה' הישועה.
תגובות