מיטוואך פ' כי תצא • ח' אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אלי שווארץ
כמידי שנה בשנה האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אפגעראכטן די סעודת הילולא פון זקינו הגה"ק בעל ייטב לב מסיגוט זי"ע בקרב קהילתו אין שטאט מאנסי, וואו די רבי האט אין לויף פונעם טאג אויפגענימען די חסידים מיט קוויטלעך לקראת די הייליגע טעג המשמשין הבאין.
באנאכט נאך זמני כניסה האט זיך די רבי שליט"א געוואשן צום סעודת הילולא און מעריך געווען שלחנו הטהור אין גרויסן ביהמ"ד, במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני התעורורות, און די רבי האט משמיע געוועהן דברות קודש ודברי הדרכה פאר די חסידים תושבי מאנסי, דער רבי האט צום ערשט ארומגערעדט לענגערע דברי אגדה במשנתו של בעל הילולא ודברי הכנה לימים נוראים הבעל"ט. און דערנאך ארומגערעט בשבח הקהילה אין מאנסי מיט אלע אירע אפטיילונגען הן די קהילה ווי דער רבי האט אויפגעפאדערט פון אלע חברי הקהילה צו דאווענען אין די בתי מדרשים איבער די שטאט ווי עס האבן זיך געעפענט לעצטענס עטליכע בתי מדרשים, און הן די מוסדות ווי עס איז היינט געווען א פרייליכע טאג מיטן באנייען א נייעם בנין פאר די בית רחל און עקסטער ארויסגעברענגט לשבח פון ביידע סניפי ישיבות קטנות אין מאנסי 'ישיבה קנין תורה' און 'ישיבה דרכי התורה' וואס מזעט די גוטע פירות וואס קומען ארויס פון ביידע ישיבות וואס דאס איז אלעס צו פארדאנקן פארן רב שליט"א און די הנהלת הישיבה וואס באגלייטן די ישיבות מידי יום ביומו. און דער רבי האט ממשיך געווען מיט דברי מוסר לימי חודש אלול.
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אב"ד ור"מ סאטמאר מאנסי שליט"א. נאכן טיש האט דער רבי ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור ביז שפעט באנאכט.
Comentarios