top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ראשי אגודת ישראל ביי האד' מבעלזא צום אנטוויקלונג אינערהאלב די ישיבות נעץ דחסידי בעלזא אין שטאט ביתר

דאנערשטאג פ' כי תצא • ט' אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א.מ.ש.

 

די וואך זונטאג זענען אריין אל הקודש פנימה צו כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א די עסקנים וחברי הנהלת ישיבה גדולה דחסידי בעלזא אין ביתר, אינאיינעם מיט'ן ראש העיר פון ביתר ר' מאיר רובינשטיין ואתו עמו די ראשי אגדות ישראל ר' מאיר פרוש און ר' ישראל אייכלער, אפצונעמען ברכת הקודש פונעם רב לרגל דאס עפענען פון א נייעם בעלזער ישיבה גדולה אויפ'ן קומענדיגן שנת הלימודים, וואס די שטאטראט פון ביתר האט אצינד געשאנקן א ריזן בנין פאר די ישיבה, וועלכע איז שוין די צווייטע בעלזער ישיבה גדולה דארט אין שטאט.


דער רב שליט"א האט איבערגעקוקט אלע פלענער פונעם בנין, און דערביי זיך שטארק פאראינטערעסירט ביים ראש העיר ר' מאיר רובינשטיין איבער דעם בלי' און וואוקס פון חרדי'שן אידנטום אין די שטאט, דערנאך האט מען אריינגעברעגנט לעקח און בראנפן וואו דער רב האט זיך גאר ווארעם באדאנקט פאר'ן ראש העיר פאר'ן אוועקגעבן דעם בנין לטובת הישיבה, און אויך האט דער רב געגעבן ברכות קדשו פאר אלע עסקנים און אנגעוואונטשן אז מען זאל זוכה זיין להגדיל תורה ולהאדירה.



Comments


bottom of page