top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ותרעש הארץ: מדינת ישראל געזעצגעבער קוקן אריין צו פארשן גדולי ישראל איבער אנטי-גיוס שטעלונג

מאנטאג פ' מקץ • כ"ב כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

דאס יהדות החרדית אין ארץ ישראל האט מיט שאק און שוידער אויפגענומען די שרעקליכע נייעס אז מדינת ישראל אינסטאנצן קוקן אריין אין די מעגליכקייט צו עפענען א קרימינאלע אויספארשונג קעגן עטליכע פון די סאמע גרעסטע גדולי ומנהיגי ישראל וואס האבן געלאזט הערן דעם דעת תורה הברורה קעגן די גזירת גיוס בני הישיבות. די מדינת ישראל אטוירני דזשענעראל האט זיך אצינד דערקייקלט צו א פרישע שטאנד פון מבזה זיין כבוד התורה מיט א ביליגע עזות און חוצפה, און קוקן אריין אין א לעגאלע קאמף קעגן די גדולי ישראל, שאפנדיג גרויס אויפברויז ביים חרדישן אידנטום.


דאס קומט נאך א קלאגע וואס א געוויסע חבר הכנסת האט אריינגעגעבן קעגן מרן הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א און הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"א ראשי ישיבת סלאבאדקע, און דער רב הראשי הגאון רבי יצחק יוסף שליט"א, וועלכע האבן זיך אין די לעצטע תקופה גאר שארף אויסגעדרוקט קעגן די גזירת הגיוס און שטרענג אנגעזאגט אז קיין שום בחור טאר זיך נישט שטעלן צום מיליטער בשום אופן. די פראקוראר קוקט אריין אויב זייערע ווערטער קען פארעכנט ווערן אלס א פארלעצונג אין געזעץ.


כלל ישראל שטייט גרייט לדורון לתפילה ולמלחמה אפצושרייען די גזירה נוראה וואס די ציוניסטישע ממשלת השמד פראווט ליידער גוזר צו זיין אויף די עיני העדה גדולי התורה צו פארשווייגן זייערע דעת תורה און קנאת ה' צבאות וואס זיי האבן קלארגעשטעלט אינעם נושא פון גיוס בני הישיבות.

Comments


bottom of page