top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ורפא ירפא: האד' מצאנז באשטעטיגט מעגא 130 מיליאן שקל פראיעקט צו פארברייטערן לעגענדארע 'לניאדא' שפיטאל

מאנטאג פ' מטות מסעי • כ"ג תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

די חרדי'שע באפעלקערונג אין ארץ ישראל באגריסט מיט צופרידנהייט די בשורה טובה איבער א מאסיוון פראיעקט וואס איז נארוואס באשטעטיגט געווארן מהיכל קדשו פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, אונטער וואס די פאפולערע שטארק באנוצטע היימישע "לניאדא" שפיטאל אין קרית צאנז נתני', וועט דורכגיין א פולשטענדיגע רענאוואציע און דראסטישע אויסברייטערונג, א פראיעקט וואס איז געשאצט אפצוקאסטן די מעגא סומע פון אריבער "130 מיליאן שקל".


די ליניאדא שפיטאל איז ווי ברייט בארימט געגרינדט געווארן דורך הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזנבורג זי"ע, זייענדיג דערמיט מקיים זיין הייליגע קבלה וואס ער האט זיך מקבל געווען בשנות הזעם, און במסירת נפשו הטהורה האט ער דערפאר געלייסטעט בכל נימי נפשו הטהורה, ביז ער האט ענדליך זוכה געווען צו זיין א ברכה בעמלו, און דער שפיטאל איז בערוב ימיו אויפגעבויט געווארן מיט גרויסקייט און פראכט, און במשך השנים אויסעשטיגן אלס ריזן שפיטאל נעץ וואס באדינט אויף א היימישן ערליכן פארנעם צענדליגער טויזנטער חרד'ישע אידן איבער גאנץ ארץ ישראל.


אין לויף פון די לעצטערע יארן האט זיך שטארק ארויסגעשטעלט דער געברויך צו פארברייטערן דעם שפיטאל און אויסברייטערן די אפטיילונגען אויף אלע פראנטן, און בכלל איבערמאכן די געביידעס לויט די היינטיגע פארגעשריטענע רפואה סטאנדארטן. די שפיטאל פירער זענען במשך די גאנצע צייט אין פארבינדונג מיט כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, ביי וועם די שפיטאל איז בבת לבו הטהור און זארגט כסדר פאר די חולי ישראל וואס קומען דארט אן אז זיי זאלן באהאנדלט ווערן אויפ'ן בעסטן אופן, ביז עס איז נארוואס באשטעטיגט געווארן ביי א וויכטיגע אסיפה בביתו נאוה קודש, אינאיינעם מיט די העכסטראנגיגע שפיטאל באאמטע, צו לאזן אין גאנג די מאסיווע אונטערנעמונג פון הרחבת גבולי הרפואה.


דער שפיץ פונעם פראיעקט איז דער אויפבוי פון א שפאגל נייעם בנין נעבן די עקזיסטירנדע געביידע, וואס וועט געבויט ווערן אין עטליכע פאזעס, און וועט ענדגילטיג זיין ערגענצט אויף שנת תשפ"ח.



Comments


bottom of page