דינסטאג פ' וישב • ט"ז כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילד קרעדיט: ארכיון
חסידי טאהש האבן מיט גרויס פרייד אויפגענומען די בשורה טובה ומשמחת, אז כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א שליט"א וועט בעה"י די קומענדיגע וואך אונטערנעמען א קורצע מסע קודש צום עיר האבות טאהש אין אונגארין, מקום מנוחת אבותיו הקדושים מדור דור, לקראת די בעפארשטייענדע הילולא קדישא פון זקינו הרה"ק רבי אלימלך הסבא קדישא טאהש זי"ע וועמענס יארצייט געפאלט די קומענדיגע וואך דינסטאג כ''ג כסליו.
דער רבי שליט"א - נושא שמו הקדוש פונעם בעל ההילולא איז כידוע גאר שטארק מקושר, רעדנדיג כסדר מיט א השתוקקות פון דעם גרויסן זיידע אין יעדע געלעגנהייט, און די נסיעה ברענגט ארויף גרויס התרגשות ביי פולע חסידים מיטצוהאלטן אזא נסיעה.
לויטן פלאן וועט זיך דער רבי ארויסלאזן ממעון קדשו אין קרית טאהש קאנאדע דעם קומענדיגן מוצאי שבת, דורכאויס מאנטאג און דינסטאג וועט די רבי וויילן אין שטאט טאהש, מאנטאג נאכט ליל ההילולא וועט דער רבי מעריך זיין דעם סעודת הילולא אינעם שפאגל נייעם בנין הכנסת אורחים סמוך ונראה ציון ציון הק'. כחצות הלילה בשעת רחמים ועת רצון וועט מען פוקד זיין דעם ציון המצוינת. אויך איז פארהאן פארשידענע פלענער אז די רבי וועט אין די ארומיגע טעג פוקד זיין עטליכע קברי צדיקים ווי ליזענסק, קערעסטיר, קראקא און נאך.
מיטוואך פארמיטאג ערב חנוכה וועט זיך דער רבי אהיימקערן קיין קרית מלך רב קרית טאהש אנגעפילט מיט זעק פון השפעות טובות מלאות כל טוב בזכות הקדושים אשר בארץ המה.
Kommentare