top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד התייסדות תלמוד תורה משולם פייש טאהש אין בארא פארק בנשיאות כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א

מיטוואך פ' כי תבוא • ט"ו אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: ארי פריינד - JDN

 

מיט רגשי קודש האבן תלמידי וחסידי טאהש אין ניו יארק אין די טעג אפגעצייכענט די הרחבת גבולי הקדושה אינערהאלב די מוסדות הקדושים וועלכע זענען געעפענט געווארן צום דעם נייעם זמן הלימודים, ביי א צאל מעמדי קודש וועלכע זענען באשיינט געווארן דורך די נשיא המוסדות כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א וואס איז ספעציעל אנגעקומען צוגאסט קיין ניו יארק צו דעם פריידיגן מאמענט.


פארלאפענעם מאנטאג מיטאג איז די רבי ערשינען בבנין בית מדרשו אין בארא פארק, ווי עס איז פלאצירט די נייע תלמוד תורה "עבודת משולם פייש" אויפן שטאק אין ביהמ"ד, די רבי שליט"א האט זיך ארומגעדרייט צווישן די קלאסן און מיטגעהאלטן ווי די קינדער לערנען פלייסיג, און ווארעם אנגעוונטשן מברכות קדשו פאר די צוות התלמוד תורה בברכה והצלחה בעבודת הקודש בזכותו של אותו צדיק אביו הרה"ק מטאהש זי"ע וואס די תלמוד תורה איז נקראת על שמו. אויפדערנאכט נאך מעריב איז פארגעקומען די מעמד לחיים רבתי לרגל די התייסדות התלמוד תורה, ווען אויפן אויבן אהן באשיינט הגה"צ רבי בנימין לאנדא דומ"ץ טאהש בארא פארק, הרה"צ רבי יעקב לאווי דעם רבינס זון, הגה"צ דומ"ץ באיאן ב"פ, און די חשובי ופארי העדה, אויך האבן זיך באטייליגט אלע עלטערן פון די תלמידי המוסדות, די מלמדים און איינגעשטעלטע והנהלת המוסדות און א גרעסערע ציבור חסידי טאהש.


מען האט געזינגען פאסיגע ניגוני שבח והודאה להודות ולהלל אויף די הרחבת גבולי הקדושה מיט די התייסדות פון די נייע תלמוד תורה וואס האט שנעל קונה שם געוועהן לשם ולתהלה, די רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש און דערנאך געוואונטשן לחיים לכל העם הנאספים.



Comments


bottom of page