top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

העתירו אל ה': האד' מוויזניץ שפיטאליזירט אין לאס אנדזשעלעס אין ערנסטע געזונט צושטאנד

עודכן: 26 בפבר׳

מיטוואך פ' תרומה • כ"ח שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש


העתירו אל ה': אין לויף פון די נאכט איז מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אריינגענומען געוווארן אין שפיטאל בלויז געציילטע שעהן נאכן לאנדען אין לאס אנדזשעלעס. דער רבי שליט"א איז די לעצטע מעת לעת געוועהן אויסטערליש אפגעשוואכט, נעכטן נאכמיטאג האט זיך דער רבי משתתף געוועהן א קורצע צייט ביי די שמחת השבע ברכות פון א איר אייניקל בבית האכסניא אין לאס אנדזשעלעס, און שפעטער באנאכט ווען די חולשה האט גובר געוועהן האט מען געמוזט אריינפירן דעם רבי'ן שליט"א צו א לאקאלע שיטאל אויף באהאנדלונגען ווי די דאקטוירים האבן אויסגעדרוקט זארג איבער דעם רבינס יעצטיגע מצב, און טוען דערגיין די אורזאך פון דעם אומגעווענליכע שוואכקייט. די רבי שליט"א וועט פארוויילן אין שפיטאל אויף די קומענדיגע 24 שעה אונטער אבזערוואציע פון א שטאב געלונגענע דאקטוירים, און דערווייל איז נאכנישט קלאר אויב די געפלאנטע אפעראציע קומענדיגע וואך וועט פארקומען ווי געפלאנט.


דעם מארגענדיגע טאג ערב ראש חודש וועלן וויזניצער חסידים איבער די וועלט אויסנוצן דעם עת רצון איינצורייסן רחמי שמים פארן ספר תורה השרוי בצער, אין אלע וויזניצער בתי מדרשים וועט מען זיך צוזאמקומען אויף מניני תהילים און תפילת יום כיפור קטן. דער צענטראלער עצרת תפילה והתעוררות קומט פאר מארגן נאכמיטאג אין ביהמ"ד הגדול וויזניץ אין בני ברק. ווי אויך וועלן פארקומען נאכאנאנדע מניני תהילים אינעם אהל הק' פון אדמור"י בית וויזניץ איון בני ברק דורכאויס דעם גאנצן מעת לעת פונעם יום המסוגל ערב ראש חודש.

Comments


bottom of page