top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסאטמאר באדאנקט העסקן הרב שמחה אייכנשטיין פאר זיין השתדלות דורכצופירן די נייע געזעץ להצלת חינוך הטהור

  • Bechatzros admin
  • 13 במאי
  • זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פ' אמור • ט''ו אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

די וואך זונטאג בעת די זמני כניסה ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א איז אריין בקודש פנימה העסקן הדגול ר' שמחה אייכענשטיין הי''ו אסעבלימאן פון בארא פארק, אינאיינעם מיט די ראשי הנהלת הקריה פון קרית יואל, אפצונעמען ברכת הקודש נאכן דורכפירן די נייע געזעץ להצלת עתיד חינוך הטהור אין ניו יארק.


ר' שמחה האט זיך באדאנקט פארן רבי'ן שליט"א פארן אים געבן די זכי' און צוטרוי צו זיין דער ריכטיגער שליח פאר די השתדלות אפצוראטעווען דעם חינוך, און אראפגעלייגט אן ערשטהאנטיגער באריכט מכלי ראשון איבער די גאנצע השתלשלות פון די לעצטע פאר טעג איידער די געזעץ איז אריבער, און אלע לעצט מינוטיגע פרואוון דורך די שונאי הדת עס צו שטערן, ער האט ארויסגעברענגט וויאזוי מען האט ב"ה געקענט ארויסקוועטשן דעם זיג אדאנק די ריכטיגע קשרים וואס די סאטמארער קהילה האט אנגעקניפט מיט די ערוועלטע באאמטע, דורך די דורכגעטראכטע און ריכטיגע החלטות און אינדארסירונגען, סיי פאר די גאווערנער האוקול, און אזוי אויך פאר די אנדערע פאליטישע באאמטע.


דער רבי האט ווארעם באדאנקט ר' שמחה הי"ו מנהמת לבו הטהור בשם כלל ישראל תושבי ניו יארק פארן שטיין בראש פון די לעגיסלאטיווע ארבעט צו אדורכפירן די קריטישע געזעץ להצלת החינוך, און געוואונטשן ברכות לרוב אויף זיינע ווייטער'דיגע עסקנות.

ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page