top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שמחת בית סאטמאר • שידוך שליסן פון הכלה נכדת האד' מסאטמאר עב"ג החתן נכד אבד"ק בית אהרן אין אבד"ק פאיע

דאנערשטאג פ' וארא • א' שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש


שמחת בית סאטמאר: דעם מאנטאג נאכט איז בשעה טובה געשלאסן געווארן די שידוך פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, די כלה א טאכטער פון חתנו הרה"ג ר' יואל שמעון פריעדמאן, זון פון הגה"צ ר' ירמי' פריעדמאן שליט"א דומ"ץ שאפראן, מיט די חתן א זון פון הגה"צ ר' יואל טייטלבוים שליט"א אב"ד תפארת מרדכי, זון פון הגה"צ אבד"ק בית אהרן שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ אבד"ק פאיע שליט"א חבר ביד"ץ דקהל יטב לב ד'סאטמאר, די שמחת הווארט איז פארגעקומען מאנטאג נאכט אין ביהמ''ד ברך משה שע''י ביתו נאווה קודש פון כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א אין וויליאמסבורג.


מען האט געזינגען ניגוני שמחה והודאה, דערנאך האט מען מקבל קנין געוועהן, עדות זענען געווען הרה״ח ר׳ חיים אהרן פלאהר הי״ו משב״ק און הרה״ח יוסף אלי שלעזינגער הי״ו. דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור, דערנאך איז דער ציבור דורך וואונטשן מזל טוב פאר בעלי השמחה.







bottom of page