top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

94 יאהר הרבצת התורה • תולדות חייו פון הגאון רבי ברוך מרדכי אזרחי זצ"ל ראש ישיבת עטרת ישראל

מאנטאג פ' וירא • ט"ו חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש


די אידישע תורה וועלט איז נאך איינגעהילט און יתמות און טרויער, מיט די פארלוסט פון אחד המיוחד בדורינו, מזקני ראשי הישיבות ומישישי הדרה פונעם עולם התורה, מרן הגאון הגדול רבי ברוך מרדכי אזרחי זצ"ל ראש ישיבת עטרת ישראל, וועלכער איז נסתלק געווארן לגנזי מרומים אין טיפן עלטער פון פינף און ניינציג יאר.


דער ראש ישיבה זכר צדיק לברכה איז געווען אן איש האשכולות, א וואונדערליכע דמות וואס האט פארקערפערט תורה ויראה אויף א מורא'דיגע פארנעם, שריד לדור דעה וועלכער האט נאך זוכה געווען זיך צו ווייקן ביי די פריערדיגע גאוני עולם, הגה"ק מבריסק זי"ע, הגאון ר' איסר זלמן מעלצער זצ"ל, און נאך באקאנטע גאונים פון די פריערדיגע דורות.


משחר טל ילדותו האט זיך אנגעזעהן זיינע וואונדערליכע כשרונות און התמדה בתורה, ווען ער האט גענאסן פון א קירבה יתירה ביי זיינע גרויסע רבי'ס. צענדליגע יארן איז דער ראש ישיבה געווען פאררעכנט פון כלל ישראל'ס אויבן אן, ער האט באשיינט די גרויסע מעמדים און כינוסים זייענדיג מהיושבים ראשונה במלכות עם ישראל.


פון אלס אינגערמאן האט ער שוין מרביץ תורה געווען פאר תלמידים, פארגעלערנט שיעורים און מדריך געווען די צעירי הצאן לתורה ולמצוות ולמעשים טובים. העכער פערציג יאר האט ער משמש געווען אלס ראש ישיבה אין זיין ישיבה עטרת ישראל, וואו ער האט מעמיד געווען תלמידים לאלפים בדרך התורה והיראה.


דער ראש ישיבה איז געווען א זעלטענער דמות פון א גדול בתורה, געווארפן א ליכט שיין אויפן גאנצן ארום, וכל כולו אומר כבוד, יעדער האט רעספעקטירט און ארויפגעקוקט אויף זיין הייליגע צורה, און אים מכבד געווען כערכו הרם, אבער אין די זעלבע צייט איז ער געווען רך כקנה, ליבליך פארברענגט מיט יעדן איינציגן איד און אים מקרב געווען צום טאטן אין הימל, אנגעווארעמט אידישע נשמות לאביהם שבשמים, און מיט א חיבה יתירה קונה געווען די הערצער פון פארבלאנדזשעטע נשמות זיך צוריקצוקערן למקור צור מחצבתם.


דער ראש ישיבה האט ממשיך געווען די הרבצת התורה, ווי ער האט געזעהן ביי זיין גרויסן שווער הגאון הגדול ר' מאיר חדש משגיח אין ישיבת חברון, מיט א אפענע הארץ איז ער שטענדיג געווען גרייט צו העלפן יעדן איד, זיין טיר איז געווען אפן לכל דורש ומבקש, און יעדער וואס איז געקומען מיט א שאלה אדער א פראבלעם ברוחניות אדער בגשמיות, איז ארויס א פרייליכער און א צופרידענער.


ספעציעל איז געווען די געוואלדיגע השפעה פונעם ראש ישיבה אויף די עולם התורה בארץ הקודש, זייענדיג א חבר אין מועצת גדולי התורה פון דגל התורה, א חבר אין די וועד הישיבות, א חבר אין די נשיאות פון מפעל הש"ס מיסודו פון הגה"ק מצאנז קלויזענבורג זי"ע, און א חבר אין די וועד קופת העיר לעניני צדקה בארץ הקודש. אזוי אויך האט ער געהאט א גאר נאנטע קשר מיטן גערער רבי'ן דער הייליגער בית ישראל זי"ע, וועלכער פלעגט דורכ'שמועסן מיטן ראש ישיבה עניני חינוך והמסתעף.


דער ראש ישיבה איז געווען א מגיד מישרים און פה מפיק מרגליות, זיינע הארציגע און שטורמישע דרשות האבן געשפאלטן הימלען און אויפגעטרייסלט אידישע הערצער צו יעדע געלעגנהייט, די לעכטיגע חיבורים די פינף און דרייסיג בענדער ברכת מרדכי וואס דער ראש ישיבה האט פארפאסט, איז א נחלת הכלל ביי טויזענטער תלמידים ושומעי לקחו, און וועט איבערלאזן דעם חותם פון דעם גרויסן גאון וואס מיר האבן געהאט אויף דער וועלט.


דער ראש הישיבה זצוק"ל איז געבוירן חודש טבת שנת תרפ"ט צו זיין פאטער הגאון רבי ישראל אזרחי וואס איז געוועהן אן איידעם ביי הרב ברוך שלום, וועלכע האט געדינט אלס רב אין דרום אפריקא, אן אייניקל פון הגאון רבי אורי דוד אפריון זצ"ל, רב פון זאגר ומחבר ספר 'אפריון דוד'. זיינע עלטערן האבן דעמאלט געוואוינט אין א דערפל אין פתח תקוה. עטליכע יאר שפעטער האבן זיי זיך אריבערגעצויגן קיין ירושלים, בשכינות צום שטוב פון הגרי"ש אלישיב זצ"ל. דער ראש ישיבה פלעגט דערציילן אז ווען זיין מאמע האט אים געגעבן צו עסן פלעגט זי שטענדיג זאגן: "זאלסט אויסוואקסן א מתמיד אזוי ווי דער זון פונעם הומלער רב", וואס איז געווען הרב אלישיב.

שוין פון קינדווייז אן איז ער געווען באוואוסט אלס אן עילוי נפלא און די גדולי ירושלים פלעגן זיך משתעשע זיין מיט אים בפולפולא דאורייתא. באזונדער האט ער זוכה געווען צו א קירבה יתירה ביי הגאון רבי אייזיק שר זצ"ל ראש ישיבת סלאבודקא.

אין זיינע קינדער יארן האט ער געלערנט אין 'ישיבת חברון' וועלכע איז געווען פון די בעסטע ישיבות אין ירושלים און האט געשמ'ט מיט אירע גרויסע תלמידי חכמים אין שפיץ פונעם ראש ישיבה הגאון ר' יחזקאל סרנא זצ"ל און דער משגיח הגאון ר' מאיר חדש זצ"ל, פון וועמען ער האט יונק געווען תורה ודעת פון די מציקי ארץ וגדולי עולם. בהגיע לפרקו איז ער געווארן אן איידעם ביים משגיח הגאון רבי מאיר חדש זצ"ל, וועלכע האט געזעהן אין אים א דמות פון א ריכטיגע יושב אוהל און פאסיג פאר זיין אייגן טאכטער.

א קורצע צייט נאך די חתונה האט ער אנגעהויבן מרביץ תורה זיין אין ישיבת חברון און האט איבערגעגעבן א שיעור פאר חבורות אין ישיבה. שפעטער האט ער אויך אנגעהויבן געבן שיעורים אין ישיבה 'כנסת חזקיהו' וועלכע האט זיך געפונען אין כפר חסידים. נאך א שטיק צייט האט אים דער חברונ'ער ראש ישיבה געבעטן אז ער זאל אויפהערן אהינפארן ווייל דאס נעמט אוועק זיין צייט פון זיך אפגעבן מיט די בחורים אין חברונער ישיבה, נאר ער זאל ענדערש פארבלייבן אין ירושלים און איבערגעבן נאך א שיעור אין ישיבת חברון.

דער משגיח פון ישיבת כפר חסידים הגאון רבי אליהו לאפיאן זצ"ל איז אריין בעובי הקורה און איז ספעציעל אריבערגעפארן קיין ירושלים און האט זיך געטראפן מיטן חברונ'ער ראש ישיבה אויף א דריי שעה'יגע שמועס און געבעטן אז ער זאל לאזן דעם ראש ישיבה אז ער זאל ווייטער קומען פארלענען די שיעורים אין ישיבת כפר חסידים און נאר דאן האט דער חברונער ראש ישיבה איינגעשטימט אז דער ראש ישיבה זאל ווייטער אנהאלטן זיין פאסטן אין כפר חסידים.

אין זיינע יונגע יארן איז ער נתקרב געווארן צו הגה"ק דער בריסקער רב זצ"ל און האט אויך זוכה געווען אריינצוגיין און הערן שיעורים מפה קדשו און האט זיך געהאלטן אלס א 'בריסקער תלמיד' לכל דבר, ווי דער ראש ישיבה פלעגט דערציילן, פלעגט ער אסאך אנקלאפן אויפן טיר פון בריסקער רב און זיי פלעגן אסאך פאברענגען אין לערנען. איין טאג האט אים דער בריסקער רב אויך געשיקט צו זיין זון הגרמ"ד הלוי סולוביציק אז ער זאל לערנען מיט אים בחברותא און זינט דאן האט דער ראש ישיבה געהאט א ספעציעל נאנטע קשר מיטן לעצן בריסקער ראש ישיבה, א נאנטשאפט וועלכע האט אנגעהאלטן כל ימי חייהם.

זיינע אייגענארטיגע שיעורים האבן זיך איינגעקויפט א שם טוב אין די גאנצע עולם התורה ושמו הלך וגדל ונודע בשערים אלס איינע פון די חשובע מרביצי התורה, ביז אין יאהר תשל"ו האט ער געגרינדעט זיין אייגענע ישיבה 'ישיבת עטרת ישראל'. דאס איז געקומען א קורצע צייט נאך די פטירה פון זיין פאטער, די ראש ישיבה האט דאן אוועקגעשטעלט די 'אבן הפינה' פון 'משאת חייו' – די הייליגע ישיבה 'עטרת ישראל' על שמו ועל זכרו פון זיין גרויסן פאטער.

די ישיבה האט זיך אנגעהויבן מיט א גרופע בחורים וועלכע האבן געוואלט יונק זיין מתורתו ובהירתו פונעם גרויסן ראש ישיבה און זענען טאקע געשטיגן על בתורה והוראה אין שאטן פון זייער רבי'ן און מורה דרך דער ראש ישיבה. ביז א קורצע צייט איז די ישיבה באוואוסט געווארן אין די גאנצע וועלט און מער און מער תלמידים האבן זיך איינגעשריבן צו ווערן א טייל פון די חבורה און מקבל זיין פונעם ראש ישיבה.

אויסער זיינע פילע כשרונות, האט דער ראש ישיבה געהאט א באזונדערע חוש און כח ההסברה מסביר צו זיין און ארויסברענגען א זאך מיט א געוואלדיגע קלארקייט און דאס אויסשמועסן אויף אן אופן השוה לכל נפש. זיינע אויסדרוקן און רייכע לשון לימודים איז געווען א שם דבר אין די גאנצע וועלט, און זיינע דרשות און שיעורים האבן באנומען די צוהערער וועלכע זענען געווען באגאפט פון זיינע געוואלדיגע רעיונות און זיסע פערל רייד.

זיינע שיעורים זענען געווען ווי א מעין 'מעמד קבלת התורה', עס האט געדונערט מיט א שטארקייט און האט איבערגעדרייט דאס גאנצע ביהמ"ד פאר א מרקחה. דער ראש ישיבה פלעגט וועכענטליך אויפטרעטן מיט א שיעור כללי אין די סוגיא וואס מען האט געלערנט אין ישיבה און זענען געדרוקט אין ספרי ברכת מרדכי על הש"ס. פרייטאג צונאכטס צווישן קבלת שבת און מעריב האט ער אויופגעטראטן מיט א שמועס בעניני הפרשה און שפעטער נאכן סעודה זענען די בחורים אריבער צו אים אין שטוב ווי דער ראש ישיבה האט ווידער אויפגעטראטן מיט א שמועס ביי א 'חבורה' וועלכע האבן איבערגעפולט דעם קליינעם שטוב אויף רחוב קאסוטו 22 און זענען געדרוקט אין ספרי ברכת מרדכי על התורה. א טייל פון די משתתפים זענען ניטאמאל געווען תלמידי הישיבה אבער האבן זיך געהאלטן אלס תלמידים פון 'עטרת ישראל' נאכדעם וואס זיי האבן קונה געווען תורה ויראת שמים פון די פייערדיגע שמועסן פונעם ראש ישיבה.

די ווארימקייט מיט וואס דער ראש ישיבה האט יעדן אויפגענומען איז פון די באוואוסטע זאכן. פון קליינע קינדער ביז די גרעסטע פילאנטראפן, פון גדולי ישראל ביז צובראכענע נפשות, האט דער ראש ישיבה יעדן אויפגענומען מיט א זעלטענע ווארימקייט און מאור פנים און שטענדיג געטראפן אן אוזן קושבת.

זיין התמדה בתורה האט זיך אלעמאל דערקענט אויך ווען מ'איז אריין צו אים אין צימער אפילו אין די שפעטע נאכט שעות. ער פלעג זאגן אז פירע פארטאג'ס איז א גוטע צייט צו שלאפן ווייל דעמאלט איז דער גוף שוין גוט אפגעשוואכט און ער פלעגט שוין אויפשטיין 7:30 פארטאג'ס. במשך כל ימיו פלעגט ער אלעמאל משפיע זיין אויף אנדערע אויסצונוצן די צייט און לערנען תורה. אזוי אויך אין אלע עניני השקפה איז ער געווען זייער קלאר און אויסגעקאכט און האט געפאדערט פון זיינע תלמידים צו גיין אין די פוסטריט אין די אויסגעטראטענע דרך וואס מ'האט געזען ביי זיינע רבי'ס און דאס נישט משנה זיין אפילו א זיז כל שהוא.

טראצדעם וואס דער ראש ישיבה איז געקומען פונעם ליטווישן חדר האט ער געהאט אין זיך א 'חסידישע קאך' און מערערע פון זיינע שמועסן זענען געווען געבויעט אויף יסודות וואס ווערן געברענגט אין די ספרי חסידות ווי 'נועם אלימלך' און 'קדושת לוי'. די תלמידים דערציילן איבער די גרויסע התעוררות וועלכע האט געהערשט ווען דער ראש ישיבה איז געווען מיט עטליכע יאר צוריק אין שטאט ליזענסק ביים ציון הק' פון הייליגן רבי ר' אלימלך זי''ע ווי דער ראש ישיבה האט פארגאסן טייכן טרערן.

דער ראש ישיבה פלעגט כסדר פאדערן שמירת עינים און פילעווען אין 'שבת קודש'. אזוי אויך בימי החנוכה פלעגט דער ראש ישיבה אפרעכטן יעדן טאג א 'מסיבת לחיים' נאכן ליכט צינדען און זינגען שירות ותשבחות מיט די תלמידי הישיבה און דערנאך אויפטרעטן מיט א ווארימע שמועס איבער די אורות וואס קומען אראפ בימי החנוכה. אויך אויף פורים האט דער ראש ישיבה איינגעפירט א 'משתה היין' ווי די תלמידי הישיבה זענען געטאנצן לעבעדיג לענגערע שעות נאכאנאנד און זיך געפרייידט עד דלא ידע. א זאך וועלכע איז שפעטער געווארן נאכגעמאכט אין אנדערע ליטווישע ישיבות.

א באזונדערע עבודה איז געווען די 'עבודת התפלה' ביים ראש ישיבה וועכלע פלעגט דאווענען מיט א געוואלדיגע ערענסקייט און א קאך כבן המתחטא לפני אביו. בפרט ביי די תפלה פון 'אבינו אב הרחמן' ווען דער ראש ישיבה האט פארגאסן טייכן טרערן ללמוד וללמד להבין ולהשכיל, אזוי אויך ביי 'שמע ישראל' ווען דער ראש ישיבה פלעגט דאס אויסשרייען מיט אן אייגענארטיגע נוסח ויהי המקום לחרדת אלקים.

א באזונדערע קאפיטל אינעם ראש ישיבה'ס לעבנס-געשיכטע איז די 'תנועת בני תורה', ווען בשנת תשכ"ד האט דער ראש ישיבה אוועקגעשטעלט אן אייגענארטיגע ישיבה מיט די מטרה אריינצוברענגען ווי מער פארווארפענע נשמות תחת כנפי השכינה און זיי מקרב זיין לאביהם שבשמים. איינע פון די גרעסטע מטרות אין 'תנועת בני תורה' איז צו ציען אויפמערקזאמקייט פון אזעלכע בחורים וואס זענען ארויסגעפאלן פון ישיבה אדער קומען פון פרייע משפחות און זיי אריינברענגען א געשמאק אין אידישקייט און תורה.

צווישן די פעולות פון 'בני תורה', איז א ספעציעלע קעמפ אויף די גליל בערג ווי די בחורים פאברענגען א וואך-צוויי צוזאמען מיט בחורים פון היימישע מוסדות און ווערן צוגעטשעטפעט צו א חרדי'שע לעבנסשטייגער. די בחורים לערנען בחברותא מיט די היימישע בחורים און רעכטן אפ סעודות שבת אינאיינעם וועלכע ברענגט זיי אריין אין העכערע אטמאספערע.

דער ראש ישיבה זצ"ל האט אסאך משקיע געווען בדמים תרתי משמע אין 'תנועת בני תורה' וועלכע האט שוין באוויזן דוראכויס די יארן אויפצושטעלן הונדערטע תלמידים לשם ולתפארת. דער ראש ישיבה זעלבס האט געוויילט אין קעמפ צוזאמען מיט די בחורים און אנגעפירט די סעודת שבת, אין מיט זיינע ווארימע שמועסן האט ער אריינגעברענגט א התקרבות לה' ולתורתו אין די עצמות יבשות. ער פלעגט אפט פרעגן א קשיא פון די בחורים און געבעטן אז מ'זאל פארענטפערן די קשיא און האט ווי פארשטענדליך אירינגעשלעפט די בחורים אן אהבת התורה. עס זענען דא הונדערטער, וואס זענען מעיד, אז דורך די קלוגע אופן וואס דער ראש ישיבה האט אראפגעלייגט די קשיא און די בחורים האבן דאס פרובירט צו פארענטפערן האט אריינגעברענגט אין זיי א חשקת ואהבת התורה.

דער ראש ישיבה האט אויך אריינגעברענגט די 'בני תורה' בחורים צו אים אין ישיבה, מיט די ציל אז זיי זאלן שטייגן בעבודת ה' בין כותלי הישיבה און מאמציו עשו פרי ווען די בחורים זענען טאקע אויסגעשטיגן גדולי תורה ומרביצי תורה.


אין די יארן תש"ן נאך די סאוויעטישע פארבאנד, האט דער ראש ישיבה אויסגעברייטערט די פעולות פון 'תנועת בני תורה' און האט ארויסגעהאלפן הונדערטע רוסישע בחורים און זיי אריינגעברענגט תחת כנפי השכינה.

די חזל זאגן 'תלמידי חכמים אין להם מנוחה' און דאס איז מקוים געווארן ביים ראש ישיבה אין פולן זין פון ווארט ווען דער ראש ישיבה פלעגט כסדר ארומפארן איבער די וועלט און שאפן שווערע מיליאנען דאללארן צו פינאנצירן די ישיבה און אירע פראיעקטן.


אין א בחינה פון קנה לך חבר, איז דער ראש ישיבה געווען צוגעבינדן צום פעדער און פלעגט כסדר פארשרייבן זיינע חידושי תורה וועלכע זענען געדרוקט אין צענדליגע ספרים. דער ראש ישיבה האט אריינגעלייגט געוואלדיגע כוחות ארויסצוגעבן זיינע כתבים און ספרים בחיים חיותו און האט זיך זייער געפריידט ווען זיינע ספרים זענען ערשינען לאור עולם. צווישן זיי ציילן זיך: ברכת מרדכי על הש"ס, צווישן זיי דיקע בענדער אויף די קדשים מסכתות וואס מ'לענרט נישט אזוי אין די היכלי הישיבות, ברכת מרדכי על התורה, ברכת מרדכי מועדים. צווישן די ספרים געפונט זיך אויך אן אייגענארטיגע ספר 'ברכת מרדכי' על משמרת חיים מיט אינטערסאנטע חקירות און לומדות בד' חלקי שו"ע.


דורכאויס די לעצטע יאהרן איז די ראש ישיבה נישט געוועהן בקו הבריאות, ליידענדיג אויף הארץ קאמפליקאציע'ס אין נאך מיחושים, דעם פארלאפענעם שבת פ' פנחס איז די ראש ישיבה אפגעפירט געווארן אין שפיטאל בעת ווען כלל ישראל האט מרבה געוועהן בתפילה לרפואתו השלימה, דאנערשטאג פארטאגס איז אבער אנטשטאנען א פארערגערונג אינעם מצב, אין א קורצע צייט דערויף איז די ראש ישיבה נתבקש געוועהן לישיבה של מעלה למגינת כל לב.


אבידה הוא שאין לה תמורה - די הסתלקות פונעם ראש ישיבה נעמט אויף גאר שווער ביי הונדערטער טויזענטער אידן אלוועלטליך, איבערהויפט אין די יעצטיגע טעג ווען כלל ישראל מאכט מיט שווערע מלחמות אויף א שוידערליכן פארנעם. ויהי רצון אז די מיתת צדיקים זאל מכפר זיין, ומה כאן עומד ומשמש אף שם, די שלעכטע גזירות זאלן צוריסן ווערן.





















































































































































bottom of page