קומו צאו מן המקום: האד' מסאטמאר רופט עדת חסידיו תושבי וויליאמסבורג "ציט זיך ארויס קיין קרית יואל!"
- Bechatzros admin
- 7 במאי
- זמן קריאה 3 דקות
עודכן: 7 במאי
מיטוואך פ' אחרי קדושים • ט' אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש
אין א היסטארישע שריט האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א מכריז געווען דעם דבר ה' ברמה און פייערדיגע פראקלאמירונג פאר עדת צאן מרעיתו תושבי וויליאמסבורג, אז ס'איז געקומען די צייט צו מאכן די ריכטיגע תורה'דיגע און שכל'דיגע החלטה זיך ארויסצוציען פון שטאט, און קומען וואוינען קיין קרית יואל, וואו ס'איז ב"ה שוין דא היינט דירות בהרחבה פאר ביליגע פרייזן, בשעת וואס אין וויליאמסבורג זענען די דירות פרייזן אומדערטרעגליך און עס ווערט ליידער בלויז שווערער ברוחניות ובגשמיות, און מ'זעט נישט דא קיין עתיד פאר'ן היימישן ציבור.
דער רבי שליט"א האט משמיע געווען די הייסע בקשה ביים מעמד "חנוכת הבית" נעכטן דינסטאג נאכט פאר'ן נייעם בנין המפואר פון "ישיבה לצעירים" דסאטמאר אין וויליאמסבורג, וואו דער רבי שליט"א האט מפאר געווען בראש המעמד און משמיע געווען די דברות קודש לכבוד המאורע.
דער רבי שליט"א האט זיך געשטעלט בפרשת השבוע און שיין פארטייטש איבער'ן שמחה וואס מ'לעבט מיט, אז די ישיבה איז ענדליך געקומען אל המנוחה ואל הנחלה, וואו די בחורים וועלן ווייטער שטייגן לשם ולתפארת, און ממשיך געווען מיט יסודות'דיגע דברי הדרכה פאר די בחורים איבער התמדת התורה, עבודת התפלה און פירן א געהויבענעם חסיד'ישן התנהגות מיט א ברען פון פלאם ווי ס'פאסט פאר חסיד'ישע בחורים.
דער רבי שליט"א האט דאן אויסגענוצט די געלעגנהייט, רעדנדיג אין שטאט וויליאמסבורג, אדרעסירנדיג דעם אומגעהויערן שווערן מצב מיט די דירות, זאגנדיג אז וויליאמסבורג איז טאקע די לעצטע זיבעציג יאר אן עיר ואם בישראל, די הייליגסטע וואס קען נאר זיין אין אלע ענינים, תורה עבודה גמ"ח, דא האבן געוואוינט די גרעסטע צדיקים און תלמידי חכמים וואס האבן פון דא מפיץ געווען תורה ויראת שמים פאר די גאנצע וועלט, אבער ס'איז געקומען צו א מצב פון דירות אומדערטרעגליך, ס'קומען אריין אידן פארציילן, זיי דארפן א דירה אבער צו קויפן אונטער אנדערהאלבן מיליאן איז נישט דא וואס צו רעדן, מ'דארף זיין א מיליאנער דאס צו באווייזן, און די זעלבע איז מיט דינגען א דירה וואו די פרייזן האלטן שוין ביי 5-6 טויזנט דאלאר, און א חתן כלה דירה פאר 3 טויזנט דאלאר, כ'בלייב שטיין ווען כ'הער די ציפערן, ווי אזוי קען מען אזוי עקזיסטירן? מ'מעג צאלן אזויפיל געלט?
בקול חוצב האט דער רבי שליט"א אויסגערופן פאר חסידי סאטמאר תושבי העיר וויליאמסבורג: כ'וויל זאגן פאר תושבי וויליאמסבורג, ס'איז געקומען די צייט אז מ'דארף זיך אוועקציען פון דאנעט, ביז יעצט האב איך עס נישט געקענט זאגן, ווייל קרית יואל האט נישט פארמאגט צו געבן פאר פרעמדע, היינט אבער האט זיך זיך ב"ה געטוישט זאכן, אין קרית יואל איז דא דירות בהרחבה גדולה, און פאר ביליג, פערציג פראצענט וואס מ'צאלט דא אין וויליאמסבורג.
דער רבי שליט"א האט ארויסגעברענגט אז דער פעטער ז"ל האט מייסד געווען די שטאט קרית יואל, נישט פאר תושבי קרית יואל, נאר פאר "תושבי וויליאמסבורג", ווייל מיט זיינע הייליגע ווייטע אויגן האט ער צוגעזען דעם מצב. ס'איז געקומען א זמן וואס כ'מוז זאגן אויפ'ן עתיד, קומו צאו מן המקום הזה, הגם דער פסוק זאגט עס אויף סדום, אבער כ'מוז זאגן אויף די הייליגע וויליאמסבורג.
דער רבי שליט"א האט ווייטער ארויסגעברענגט מיט דברים קילורין לעינים, אז דער עתיד פונעם היימישן ציבור, איז קרית יואל! ס'קוקט אויס ווילד געזאגט, אבער מ'קוקט זיך אום אין די אמעריקאנע גאס, מ'מאכט חתונה א קינד, און דאס פארפאלק גייט וואוינען קיין לעיקוואד אדער ארץ ישראל, ס'איז א נארמאל זאך. אין ארץ ישראל האט מען עס דורכגעבראכן, עלטערן מאכן חתונה קינדער, און די קינדער גייען אוועק אין אנדערע שטעט, אזוי האט זיך בית שמש, אשדוד, און נאך, אין צפת און טבריא וואוינען היינט חסיד'ישע אידן, ווען יארן לאנג האט מען נישט געוואוינט דארט, מ'פארשטייט אז ירושלים און בני ברק געווארן אזוי טייער, ציט מען זיך אוועק.
דער רבי שליט"א האט אנגעוויזן אז וויליאמסבורג איז טאקע זייער ערליך און הייליג, אבער כ'קען אייך אזויפיל זאגן, ס'קומט נאכנישט צו קרית יואל אין רוחניות, כ'רעד שוין נישט די ערליכע גאסן אז מ'קען ארויסשיקן קינדער אין גאס אן א דאגות. מ'דארף זיך עפענען די עיני השכל, דער עתיד אין וויליאמסבורג זעט נישט אויס ס'זאל גרינגער ווערן, נאר ליידער שווערער, אבער אין קרית יואל איז דא א הוה, ס'איז יעצט דא דירות בהרחבה, פאר נישט אזוי טייער, ובעתיד בויען זיך נייע שכונות מיט הונדערטער דירות, און טאקע דער נדבן דא ר' אברהם בראך בויט אויך א נייע שכונה פון א שיינע פאר הונדערט דירות פאר 300 דאלאר א סקווער פיס, וואס אין אלע אידישע געגנטער איז דאס די ביליגסטע פרייז.
דער רבי שליט"א האט אויסגעפירט אז קרית יואל איז נישט קיין דארף, ס'איז אן עיר גדולה, און איך האף אז תושבי וויליאמסבורג וועלן אנהייבן אנערקענען דעם פראבלעם, און וואס די לעזונג איז, נישט איך זוך נייע תושבים קיין קרית יואל, ס'איז נאר לטובת תושבי וויליאמסבורג, איך בין אליינס אויפגעוואקסן אין וויליאמסבורג, אבער מ'זעט אז דער עתיד פון אנ"ש איז אין קרית יואל.
בסיום דבריו האט דער רבי שליט"א מאציל געווען ברכת קדשו פאר די הנהלת הישיבה און פאר אלע תלמידים, און א ברכה מיוחדת פאר'ן חשוב'ן נדבן הרבני הנגיד ר' אברהם בראך און די גאנצע משפחה, און אויסגעפירט מיט ברכות לרוב.



