top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קייט פון מאורעות לרגל הכנסת ספר תורה בחצה"ק סאדיגורא אנגעהויבן מיט מעמד מיוחד פאר נגידים‎

עודכן: 8 בפבר׳

פרייטאג פ' בשלח • ט' שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: שוקי לרר


נעכטן אויפדערנאכט האט זיך אנגעהויבן דער קייט פון מאורעות בחצר הקודש סאדיגורא לרגל דער היסטארישער חגיגת הכנסת ספר תורה וואס עדת חסידי סאדיגורא האבן אינאיינעם געלאזט שרייבן לזכרו הטההור פון כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא זצ"ל בעל עטרת ישראל, און וועט דעם קומעדיגן זונטאג אריינגעגעבן ווערן ברוב פאר והדר צום ביהמ"ד הגדול סאדיגורא אין בני ברק.


וזה יצא ראשונה ביים מעמד סיום כתיבת האותיות נעכטן ליל שישי, וואו עס איז געגעבן געווארן די געלעגנהייט פאר די יחידי סגולה די חשובע תומכים נדיבי לב אריינצושרייבן די אותיות אינעם ספר תורה, אלס אנערקענונג פאר זייער פאנטאסטישע נדבות צו דעקן א גרויס חלק פונעם ספר תורה און דערמיט איינהאנדלען א חלק ונחלה להחזקת התורה אינעם כוללים נעץ דחסידי סאדיגורא ברחבי ארץ הקודש.


די מעמד איז פארגעקומען אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' יששכר קנאל הי"ו עמוד התווך פון קהילת ומוסדות סאדיגורא, וואו די נגידים האבן אריינגעשריבן די אותיות לשם קדושת ספר תורה, און עס איז געהערט געווארן פאסיגע דרשות דורך די רבנים ומשפיעים אין די קהילה. 


דערויף איז כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א ערשינען צו א מעמד לחיים וואו מען האט געזינגען ניגוני תורה און דער רבי האט משמיע געוועהן אמרי קודש לכבוד העם הנאספים וואו ער האט גרויס התרגשות ארויסגעברענגט רגשי לבבו פון די געוואלדיגע זכיה מקיים צו זיין די מצווה פון כתיבת ספר תורה זייענדיג מרחיב בדברי דרוש ואגדה בגודל המצווה.


צום שלוס האט מען זיך אויפגעשטעלט אויף א ריקוד, דער רבי איז געטאנצן מיטן בעל האכסניא הנגיד ר' יששכר קנאל הי"ו, און די משתתפי המעמד זענען דורך זאגן לחיים.



Comentários


bottom of page