top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

העכסט ערפאלגרייכע עלעגאנטע מסיבות פאר נגידים ונדיבים בעם בבית האכסניא פון האד' מתולדות אברהם יצחק אין ניו יארק

מיטוואך פ' דברים • ג' אב תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

 

דעם מאנטאג אווענט, ר"ח אב, איז אפגעהאלטן געווארן בבית האכסניא פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א אין קרית יואל א ספעציעלע ענגע מסיבת ראש חודש פאר א געקליבענע צאל געסט נגידים ונדיבים, קרואי מועד ואנשי שם, וואס האבן בייגעשטייערט גרעסערע סכומים למען המגבית, די פארזאמעלטע נגידים זענען ספעציעל באצויבערט געווארן, פון די ווארימע דיבורים פון הרה"ג רבי משה יעקב פישער שליט"א, מיקירי קהל עדת יראים וויען אין וויליאמסבורג, און פון די חשובי חסידי "תולדות אברהם יצחק", וועלכער האט ערווענט, אז טויזנטער אידן וואס זענען אריגינעל נישט קיין "תוא"י" חסידים, זענען שוין נתעלה געווארן בקדושה עילאי, מיט'ן 'אריין פאלן' אויף א תפילה, א טיש, א הקפות ביים גרויסן גאסט, דער רבי שליט"א, וואס דעריבער איז דעם רבי'נס ביהמ"ד, די שול פון טויזנטער אלגעמיינע אידן, נישט בלויז תוא"י חסידים.


אויך נעכטן דינסטאג נאכט איז פארגעקומען אן אסיפה אינעם רבינס אכסניא וואו עס האבן זיך צוזאמגענומען די עסקני הקהילה פון ניו יארק און האבן זוכה געווען צו הערן דברי הכנה פון רבי'ן שליט"א וועלכע האט אנגעווארעמט די עסקנים לפעול ולהפעיל פאר די הצלחה פון די היינטיג כינוס כללי, און בכלליות לטובת די מאסיווע קאמפיין אויפצוטרייבן איבער צען מיליאן דאללער לטובת דעם נייעם ביהמ"ד. ביי ביידע מסיבות זענען געהערט געווארן ווערטער דורך עסקנים פונעם 'וועד קרן הבנין', אין אמעריקע, וועלכע האבען ארויס געברענגט, די וויכטיגקייט פאר יעדעמען צו נעמען א חלק ונחלה אינעם רבי'נס ביהמ"ד החדש הגדול, "בית מדרשו של רבי", אשר ממנו יוצא הוראה של קדושה וטהרה, התרוממות והתעוררות, פאר'ן יהדות הצרופה בכל מקומות שהם. עס האט אויך אויפגעטרעטן דער אורח הכבוד, און פון ארה"ק, הרה"ח רבי אהרן דיאמאנט שליט"א, לאנגיאריגער מנהל, און עסקן פון "מוסדות תולדות אברהם יצחק" בארה"ק.


דערביי האבען די באטייליגטע אויך זוכה געווען, אז דער רבי שליט״א האט געלאזט הערן מדברות קדשו, רעדענדיג פון חודש מנחם אב, וועלכע איז א זמן פון טרויער און אבילות, אבער אז מען העלפט מרבה זיין תורה, קדושה, חסידות און יראה, העלפט מען ממלא זיין דעם חלל פונעם חורבן, און מען העלפט מקרב זיין די גאולה שלימה, נאך אין די טעג. דער רבי האט דערביי געוואונטשן יעדן איינעם באזונדער במאור פנים און מאציל געווען ברכות לרוב אויף אלע משתתפים. און ווי די עסקנים געבן איבער זענען ביידע מעמדים ב"ה געקרוינט געווארן מיט איבערראשענד גרויסע ערפאלג בליעה"ר, געבענדיג מוט פאר די עסקנים און נושאים בעול, ווייטער אנצוגיין מיט די האסטיגע ארבייט, ביז'ן עררייכן דער ציל, פון שאפען די נויטיגע מיליאנען צו ענדיגן דאס בויען פונעם ה'בית הגדול והקדוש' בהר השם שמה. 




Σχόλια


bottom of page