מוצאי שבת פ' ראה - כ"ה אב תשפ"ג | קול בחצרות
דאס ביהמ''ד הגדול דקהל יטב לב ד'סאטמאר אויף ראדני סט. האט אין די יעצטיגע טעג באקומען א נייעם אויסזעהן מיט די פאדלאגע וואס איז די וואך הערליך שיין איבערגעמאכט געווארן מיט א פרישקייט לתפארת בית השם ובהיכלו כולו אומר כבוד. נאך די רענאווציע ארבעט די לעצטע צוויי וואכן איז דער ביהמ״ד הגדול מקום צוריק ערעפנט געווארן , לכבוד שבת - ערב די הילולא קדישא פון הרה''ק מסאטמאר זיע''א, צו פראווען די תפלות ברוב עם הדרת מלך במקום שהתפלל אותו צדיק, און מוצש״ק וועט פארקומען די סעודת הילולא רבתי לרגל ההילולא קדישא.
留言