התרגשות דקדושה צווישן חסידי סאטמאר צום ערעפענונג פון נייע מתיבתא ‘תורה ויראה’ פאר יוצאי ישיבה גדולה ד'סאטמאר
- sfbechatzros
- 11 באוג׳
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: 12 באוג׳
מאנטאג פ' עקב • י"ז אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

חסידי סאטמאר זענען איינגעהילט אין א שמחה'דיגע התרגשות דקדושה מיט די היסטארישער מעלדונג צום ערעפענונג פונעם נייעם ישיבה "מתיבתא תורה ויראה" צום קומענדיגן זמן החורף תשפ"ו וואס וועט דינען אלס שטארקע מקום תורה מיט א ספעציעלער מסגרת פאר הונדערטער בחורי חמד נאכן משלים זיין זייערע לימודים וואס זיי האבן קונה געווען אין די ישיבה גדולה.
נעכטן אויפדערנאכט איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בביתו נאוה קודש פונעם ריש מתיבתא כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין מחנה דברי יואל מיט די אנוועזנהייט פון די חברי הנהלת הישיבה - וואו דער רבי שליט"א האט מאציל געווען מברכותיו און באותו מעמד ממנה געווען הגה"צ רבי שלום גליק שליט"א דומ"ץ טאהש וויליאמסבורג צו דינען אלס "ראש הישיבה" און לצידו הרה"ג רבי יצחק זאב פאזען שליט"א אלס "מנהל הישיבה וראש חבורת עיון".
די היסטארישער אונטערנעמונג אוועקצושטעלן א ספעציעלע נייע מתיבתא פאר די יוצאי ישיבה גדולה קומט נאך לאנגע חדשים פון כוחות ויגיעות, ווען דער רבי שליט"א האט באאויפטראגט בנו הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א זיך אריינצולייגן ראשו ורובו אינאיינעם מיט די געטרייע חברי ההנהלה אויפצוקומען מיט א פאסיגע פלאן צו עפענען א פרישע ישיבה געווידמעט אלס א מקום תורה פאר די חשובע בחורי חמד נאכדעם וואס זיי זענען משלים די לימודים וואס זיי זענען קונה אין ישיבה גדולה, זיי זאלן ווייטער שטייגן בתורה ועבודה אין א צוגעפאסטע מקום תורה מיט די באגלייטונג פון אויסגערופענע מרביצי תורה מיט שיעורים און לימודים אויפן העכסטן דרגא, איז אצינד געמאלדן געווארן די בשורה טובה אז צום זמן החורף הבעל"ט וועלן זיך עפענען די שערי המתיבתא אין א מזל'דיגע שעה צו אקאמאדירן די פילע בחורים וואס קוקן אזוי ארויס אויף דעם דערגרייכונג.
די פונקטליכע דעטאלן אן לאקאציע פונעם ישיבה ווערט אין די טעג אויסגעארבעט דורך די הנהלה און רעגיסטראציע וועט שוין אריינגיין אין שוואונג די קומענדיגע וואך הבעל"ט.
תגובות