סעודת הילולא פון מרן הדברי חיים זי''ע אין צוזאמענהאנג מיט יערליכע מעמד כבוד התורה וחלוקת תעודות בחצה"ק צאנז
- לפני 36 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
דינסטאג פ' טהרה • כ"ז ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין
בתעוררות רב איז אפגעראכטן געווארן די 150'סטע יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע בצל הקודש פון נכדו ממשיך דרכו בקודש כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א.
עם דמדומי חמה זונטאג כ"ה ניסן אווענט האבן זיך טויזנטער חסידים פארזאמלט אינעם גרויסן זאל היכל ראזנבערג אין קרית צאנז נתני' צום סעודת הילולא רבתי און די יערליכע מעמד כבוד התורה ווי עס איז באשטימט געווארן דורך הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזנבורג זי"ע אינעם טאג פון די יארצייט פונעם הייליגן צאנזער זיידן זי"ע, צום באשטימטן צייט איז די רבי ערשינען צום עריכת שולחן הטהור און זיך געוואשן צום סעודה, מען האט געזינגען ניגוני התעוררות און מען האט אויפגעגעבן די מאכלים.
די לענגערע דברות קודש האט די רבי אנגעהויבן מיט א דרוש בפרשת השבוע, משולב מיט עובדות וסיפורים פונעם גרויסן זיידן דער בעל הילולא. ביים ענדע האט דער רבי שליט"א ארומגערעט בקול בוכים איבער די שרעקליכע שנאת ישראל וואס צושפרייט זיך איבער די גאנצע וועלט, מבית ובמחוץ - סיי די דרויסנדיגער שונאי ישראל וואס ווילן שלעכסט טון פאר אידישע קינדער און סיי פון אינעווייניג די פורקי עול פון די ציוניסטישע רעגירונג און דער הויכע געריכט הידוע לשמצה וואס זייער טומאה קען נישט פארליידן די התקרבות הגאולה וואס שטייט שוין ביים שוועל, ויראו כל עמי הארץ כי שם השם נקרא עליך, ווען דער צד הקדושה וועט מנצח זיין.
מענין לענין האט זיך דער רבי באצויגן צו די מלחמה אין ארץ ישראל, זאגנדיג אז מען זעט דעם יד השם און אזויפיל וואונדער אויף טריט און שריט, אבער די גרעסטע וואונדער איז אז מען זעהט ליידער היימישע אידן רעדן דיבורים של דופי ווי כאילו טראמפ טוט אונז באשיצן, אנשטאט ארויסגיין שרייען אין די גאסן, השם הוא האלוקים, אין עוד מלבדו!
ביים ענדע פונעם טיש איז פארגעקומען די מעמד חלוקת תעודות, ווי די רבי האט פארטיילט תעודות חבר פאר די מצויני תלמידי הישיבה גדולה וועלכע האבן זיך פארהערט איבער 600 בלעטער גמרא רש"י תוספות בע"פ, ווי הגה"צ רבי יוסף משה דב הלברשטאם ראש הישיבות ורב חסידי צאנז אין אמעריקא האט אויפגעטראטן בשבחם פון די בחורים און אויסגערעכנט די נעמען פון די חשובע מצטיינים, דערנאך האט די רבי פארטיילט די תעודות פאר די בחורים, מיטן בענטשן האט די רבי מכבד געווען מחותנו כ"ק האדמו"ר מסטראפקוב שליט"א. נאכן טיש האט די רבי געדאוונט מעריב נאכגעפאלגט מיט ספירה ברוב עם און דערנאך געזעגענט די פילע געסט פון אויסער די שטאט.
























אויפן דאפלטן אויבן אן לענגאויס דעם היכל האט זיך אנגעזעהן דאס השתתפות פון פילע אדמורי"ם ורבנים, בנן של קדושים נכדי בעל ההילולא, און צענדליגע רבני ודייני קהילות קדושות צאנז איבער גאנץ ארץ ישראל, צווישן זיי האבן זיך אנגעזעהן כ"ק גאב"ד מאקאווא, האדמורי"ם מסטראפקוב, אונגוואר, טעמישוואר, זלאטשוב, בערגסאז, ברעזאן, הגה"צ רבי חיים ווייס גאב"ד ביתר, הגה"צ רבי חיים צבי שפירא ראב"ד בד"ץ מחזיקי הדת בעלזא, דעם רבינס שוואגערס הגה"צ רבי אפרים פישל מוטצען גאב"ד קרית הבעל שם טוב פתח תקווה, הגה"צ רבי אליעזר דוד שפירא אב"ד צאנז בני ברק, און נאך פילע רבנים ואישי ציבור.





תגובות