האד' מסאטמאר רייזט אפ קיין פלארידע מבקר חולה צו זיין הנגיד ר' ישראל דוב גאלדבערגער שליט"א מגדולי תומכי בית סאטמאר
- Bechatzros admin
- לפני יומיים
- זמן קריאה 1 דקות
דינסטאג פ' שמות • י"ז טבת | בחצרות הקודש

אין א היסטארישע שריט האט זיך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, נארוואס ארויסגעלאזט אויף א בליץ באזוך פון בלויז עטליכע שעה קיין פלארידע, מבקר חולה צו זיין דעם זקן נדיבי בית סאטמאר הרבני הנגיד ר' ישראל דוב גאלדבערגער שליט"א, וועלכע געפינט זיך אין א לאקאלע שפיטאל, צוליב א שטארקע בלוט אינפעקציע וואס האט זיך ליידער פארערגערט די לעצטע טעג זייענדיג דארט אויף אפרוה.
די דאזיגע בליץ באזוך פונעם רבי'ן שליט"א איז גאר באדייטפול, שטייענדיג בלויז א טאג איידער די שמחת החתונה פון אן אייניקל וואס קומט פאר מארגן מיטוואך, דאך טוט דער רבי שליט"א אונטערנעמען די בליץ נסיעה צו מבקר חולה זיין דעם נדיב לאות הכרת הטוב, נאכדעם וואס ר' ישראל דוב שטייט שוין לימין הקהלה והמוסדות די לעצטערע צענדליגער יארן, און האט שוין אינעם עבר געגאסן מיליאנען דאללארן און מנדב געווען ריזיגע בנינים אדירים פאר קהילות ומוסדות סאטמאר לשם ולתפארת, ועוד ידו נטוי' מתוך בריות גופא, ובפרט מיט די לעצטיגע פיר מיליאן דאללערדיגע נדבה וואס ער האט געשנאדערט לטובת דאס מאסיווע איבערבוי פון בנין בית המדרש הגדול סאטמאר אויף ראדני סט. אין וויליאמסבורג.
דער רבי שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט מביתו נאוה קודש אין וויליאמסבורג אין די יעצטיגע פארמיטאג שעות, אויפן וועג צום לופטפעלד, ווי דער רבי שליט"א וועט אפרייזן מיט א פריוואטע פליגער צום שפיטאל אין פלארידע אויף ביקור חולים, און תיכף זיך אומקערן לביתו נאוה קודש אין די שפעטע נאכמיטאג שעות.



