top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרוב צו 3 מיליאן שקל געשאפן ביי מעמד נדירה "נעשה ונזכור" לטובת ביהמ"ד זכרון יהודה דזיקוב – פארגעקומען אין מושב אורה

  • לפני יומיים (2)
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' שלח • כ''ו סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

א פראכטפולע מעמד "נעשה ונזכור" איז פארגעקומען פאריגע וואך אין די אכסניא פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אין מושב אורה בגלילות ירושלים, לטובת דער בית המדרש החדש "זכרון יהודה" אין בית שמש, לזכרו הטהור פון הרה"ק רבי יהודה'לע מדזיקוב זי"ע, ווי עס איז באותו מעמד געשאפן געווארן קרוב צו דריי מיליאן שקלים לטובת דעם הייליגן פראיעקט, דורך די ברייטהארציגע סכומים וואס איז געשאנקען געווארן דורך די משתתפים ביים מעמד.


לכבוד די מעמד איז אויפגעשטעלט געווארן א פראכטפולער שאטער אין חצר פונעם רבינס אכסניא, די גאנצע קאמפלעקס ארום דעם שאטער איז ספעציעל דעקארירט געווארן מיט הערליכע פראכטפולע אויסשטעלונגען, באזונדער איז געווען אויסגעשטעלט א אייגענארטיגע היסטארישע אויסשטעלונג מיט פולע היסטארישע כתבי יד פונעם דזיקובער רבי'ן רבי יהודה'לע זצ"ל, און א באזונדערע מקום מיוחד אריינצולייגן קוויטלעך ווי עס איז אפגעליפערט געווארן צום ציון הק' אין לאנדאן.


א רייכע סעודה כיד המלך איז צוגעשטעלט געווארן פאר אלע משתתפים. במשך די מעמד האבן מהנה געווען בפרקי שיר די בארימטע וויזניצער קאפעליע, עס איז געזינגען געווארן ניגוני קודש מבית מדרשו של רבי, וואס האט אויפגעוועקט רגשי געגועים בהלו נרו על ראשינו.


אן עלעקטראניש שטראם איז אריבער אין זאל, ווען מען האט געהאט די זכי' מקבל פנים צו זיין מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א לרפו"ש, ווען טראץ דעם רבינ'ס חולשה, דאך האט ער גענומען די מי צו זין באטייליגן אין אזא מעמד, זייענדיג קרוב ללבו הטהור, וואס ווי באקאנט איז דער רבי שליט"א געווען אלע יארן שטארק דבוק באורו הבהיר פון זיין פעטער רבי יהודה'לע זי"ע.


אלס אורח הכבוד האט אויפגעטרעטן דער פה מפיק מרגליות המשפיע הרה"צ ר' יהודה דייטש שליט"א, וועלכע האט אויפגעפלאמט דעם עולם זיך אנצושליסן מיט ריזיגע סומעס לטובת דאס אויפבוי פונעם בית המדרש החדש לזכרו הטהור פון הייליגן רבי יהודה'לע זי"ע וואס האט ליידער נישט איבערגעלאזט נאך זיך קיין דורות. באזונדער האט מען געהערט גאר אינטערסאנטע זכרונות מכלי ראשון דורך עטליכע נאנטע מקורבים ביי רבי יודעלע'ן און אידן וואס האבן זיך געדרייט ארום דעם הייליגן איד און האבן מיטגעטיילט ערשטהאנטיגע עובדות, סיפורים און הנהגות בקודש.


דער רבי שליט"א האט מיט א געוואלדיגע קורת רוח באטראכט די נעמען פון די נדיבים בעם וועלכע האבן זיך אנגעשלאסן מיט ריזיגע סומעס לטובת דאס אויפבוי פונעם בית המדרש החדש, דער רבי האט דאן געגאסן די יציקת אבן הפינה וואס וועט בעז"ה געלייגט ווערן ביים שטח הבני' אין בית שמש, און דאן גע'חתמ'ט די היסטארישע "מגילת היסוד" וואס וועט אונטערגעלייגט ווערן אין די יסודות הבנין.


א זעלטענע מאורע איז געווען במשך די אווענט, ווען די נדיבים בעם האבן געעפנט די טאשן זיך אנריפענדיג מיט אומגעהויערע ריזיגע סומעס פון קרוב צו דריי מיליאן שקלים פארן אויפבוי פונעם בית המדרש החדש, וואס דאס האט געגעבן א פעסטע און באלדיגע יסוד בסיס צו קענען פאקטיש אנהייבן די מלאכת הבני'.



bottom of page