פייערליכע מעמד הנחת אבן הפינה פאר "צענטראלע ביהמ"ד" דקהלה קדושה תולדות אהרן אין בליענדער שטאט חריש
- Bechatzros admin
- לפני 6 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
דאנערשטאג פ' בשלח • י''א שבט | בחצרות הקודש

אין די נייע אויפבליענדע ישוב דחסידי תולדות אהרן אין שטעטל "חריש", וועלכע איז אוועקגעשטעלט געווארן מיט זיבן יאר צוריק דורך כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א פאר די חסידים וועלכע ציען זיך ארויס פון די ישיבת כרכים קשה, ווי עס וואוינען שוין צענדליגער משפחות חסידי תולדות אהרן האט מען פארלאפענעם וואך מקבל געווען פני קדשו פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, וועלכע איז אנגעקומען אויף א געהויבענע באזוך בשערי העיר.
דער רבי שליט"א איז אנגעקומען אין שטאט דעם מאנטאג ראש חודש שבט, קומענדיג צו פארן די לענגערע רייזע פון שטאט טבריה, ווי דער רבי האלט זיך אויף אין די שובבי"ם וואכן. צום ערשט איז דער רבי ערשינען צו די "חומש סעודה" דורך די ילדי תשב"ר פון די מוסדות תולדות אהרן אין חריש, און דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב בבית אחד מחסידיו.
נאך תפילת מעריב איז פארגעקומען די געהויבענע מעמד "הנחת אבן הפינה" פאר די נייע בניני הקהלה והמוסדות דק"ק תולדות אהרן, ווי מען גרייט זיך בעז"ה אהערצושטעלן א בנין אדיר ומפואר פאר די בית המדרש, מקוה, און מוסדות החינוך, נאכדעם וואס אין די לעצטערע פאר יאר איז מען סטאנצינירט אין צייטווייליגע געדינגענע לאקאלן, און אצינד גרייט מען זיך בס"ד צו אוועקצושטעלן א קראנטע יסוד איתן מיט אייגענע בנינים, פאר די ווייטערדיגע קיום און עתיד פונעם שטעטל.
דער חגיגה איז פארגעקומען תחת כיפות השמים באותו מקום ווי עס וועט בעז"ה ווערן אויפגעשטעלט די פראכטפולע בנינים אדירים לשם ולתפארת במעמד ותלמידיהון ומלכם בראשם דער מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א. אלס יושב ראש המעמד האט געדינט דער נואם בחסד עליון הרה"ג ר' יחזקאל טויסיג שליט"א, דערנאך האט מען זיך מיט א חרדת קודש צוגעהערט צום דברות קודש פונעם רבי'ן שליט"א, ווי דער רבי שליט"א האט שטארק ארויסגעברענגט די געוואלדיגע שמחה אז מען איז זוכה צוצוטרעטן צו אזא הייליגע מאמענט פון גיסן די יסודות פארן צוקנופטיגן רוחניות'דיגע עתיד דא אין שטאט, ווי די הרחבת גבולי הקדושה איז ערווארטעט בעז"ה צו זיך פארמערן ביתר שאת וביתר עוז. תיכף נאך די דברות קודש האט דער רבי שליט"א געגאסן די יציקת היסוד בדחילו ורחימו, ווי עס איז דערביי געזינגען געווארן פרייליכע ניגונים לקול תרועת הזמר.
דערויף איז געהערט געווארן נאך עטליכע דרשות פון עטליכע בעלי דרשנים און פון די ראשי הקהלה והמוסדות, ווי מען האט צווישן אנדערע מזכיר געווען לשבחו פון הנגיד החסיד ר' אהרן וויינבערגער שליט"א פון קרית יואל, וועלכע איז גאר שטארק אריינגעטוהן אינערהאלב די בלי און וואוקס פונעם שטעטל חריש, און מנדב געווען א גרויס טייל פון די בנין החדש.
דער רבי שליט"א האט מסיים געווען דעם מעמד מיט א ברכת הקודש, אז מען זאל שוין בקרוב זוכה זיין צום 'גדול יהי כבוד הבית הזה', מען זאל קענען מחנך זיין דעם מקום תורה ותפלה, און די שטאט זאל זיך צואוואקסן און צושפרייטן לשם ולתפארת אלס א עיר ואם בישראל. צום שלוס האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערליכע טענץ לכבוד המאורע, בורא עולם בקנין השלם זה הבנין.

















תגובות