top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מרבה ישיבה: גיגאנטישער פראיעקט אויפצובויען נייעם בנין פאר די ישיבה צאנז-קלויזנבורג אין הארץ פון בארא פארק

  • Bechatzros admin
  • לפני 3 ימים
  • זמן קריאה 2 דקות

עודכן: לפני 3 ימים

מאנטאג פ' מטות מסעי • כ"ה תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש

חסידי צאנז קלויזנבורג נעמען אויף מיט איבערראשנדע פרייד די בשורה מרנינה פון הרחבת גבולי הקדושה, אז מען האט נארוואס אנגעהויבן די מלאכת הבני' אויפצובויען א נייעם פראכטפולן בנין פאר'ן "בנין הישיבה" אין הארץ פון שטאט בארא פארק.


דער בנין ווערט געבויט אויפ'ן גרויסן שטח קעגן איבער דעם ביהמ"ד הגדול צאנז קלויזנבורג אין בארא פארק, וואס האט ביז היינט געדינט אלס פארקינג לאט פונעם ביהמ"ד און פונעם בנין המוסדות, וועט אויף דעם ארט אויפגעבויט ווערן א בנין נהדר פון עטליכע שטאק, פאר די ישיבה.


דאס קומט אין צייט וואס דער עקזיסטירנדער בנין אויף די 47'טע סטריט און 14'טע עוועניו איז שוין שטארק אויסגעוואקסן פון פלאץ, און שוין נאכ'ן פלאצירן עטליכע כיתות אין אנדערע בנינים איז נאך אלץ ענג פון פלאץ אין ליכט פונעם שנעלן וואוקס בליעה"ר, איז די געטרייע הנהלת הישיבה, בעידודו וברכת קדשו פונעם נשיא הישיבה כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזבורג שליט"א אריינגעשפרינגען אין די פאנטאסטישע אונטערנעמונג.


דער בנין וועט ארייננעמען אין זיך אלע צרכי הישיבה, די ערשטע צוויי שטאק וועט זיין דער היכל המתיבתא, און וועט גלייכצייטיג שטיין צודינסט אין די שבתים וימים טובים אלס נייער "היכל השולחנות" פאר די עריכת השלחנות מידי שבת בשבתו בצל הקודש פונעם רבי'ן שליט"א. אזוי אויך וועט דער היכל דינען אלס אוצר הספרים פאר'ן זעלטן גרויסן אוצר הספרים וואס די ישיבה פארמאגט, וואס נעמט אריין אין זיך צענדליגער טויזנטער ספרי קודש.


אין די פארלאפענע וואכן האט שוין ב"ה מצליח געווען צו ערהאלטן די ענדגילטיגע בוי-פערמיטן, און מ'האט זיך שוין תיכף גענומען צו די העפטיגע פעולות אויף אלע פראנטן צו קענען צוטרעטן צו די פאקטישע בוי ארבעט, מיט'ן האפענונג צו באנייען דעם בנין כלול בהדרו אויפ'ן קומענדיגן שנת החורף פון שנת תשפ"ו.


בורא עולם בקנין השלם זה הבנין.

Comments


bottom of page