top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד קביעת מזוזות דורך האד' מסאטמאר אין די אפיסעס פון מוסדות סאטמאר אין קרית יטב לב בלומינגבורג

  • Bechatzros admin
  • 6 במרץ
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 7 במרץ

דאנשטאג פ' תצוה • ו' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: י.שטיין, JDN


ביים באזוך פאריגע וואך דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין קרית יטב לב - בלומינגבורג איז פארגעקומען א מעמד קביעת מזוזה אויף דעם נייעם צענטראלן אפיס פון די מוסדות.


דער רבי האָט זיך אומגעקוקט אויף די אפיסעס און דער רבי האט שטארק באוואונדערט די הערליכע אפיסעס וואס וועלן שטיין צום באנוץ פון די מוסדות אנגעשטעלטע.


נאכ'ן טרינקען לחיים האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש און דערביי האָט דער רבי ארומגערעדט במשנתו של בעל ההילולא דער הייליגער קדושת יום טוב זי"ע, דערנאך האט מען געקלאפּט די מזוזות.


די ערשטע מזוזה האט דער רבי שליט"א געקלאפּט, דערנאך האט בנו הרה"צ רבי אהרן טייטלבוים שליט"א געקלאפּט אַ מזוזה, נאכגעפאלגט מיט'ן משב"ק הרב ר' שמואל טייטלבוים שליט"א, הרב ר' נחמן זיגעלמאַן שליט"א מנהל בית רחל, הרה"ח ר' עוזיאל פליישמאן הי"ו מנכ"ל המוסדות, הרה"ח ר' יואל פאלקאוויטש הי"ו חבר הנהלת המוסדות, הרה"ח ר' סענדר קאהן הי"ו חבר הנהלת המוסדות, הרה"ח ר' אליעזר ברוך אייזנבערג הי"ו, הרה"ח ר' משה גאנץ הי"ו און הרב ר' אלטר ראזענבערגער שליט"א.



Comments


bottom of page