top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

כה תאמר לבית יעקב: האד' מצאנז אדרעסירט גרויסארטיגער כינוס חיזוק פאר נשות חסידי צאנז אין אמעריקא

  • Bechatzros admin
  • לפני 21 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פ' יתרו י"ז שבט | בחצרות הקודש

פארלאפענעם וואך בעת דער באזוך פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א אין אמעריקא איז אפגעהאלטן געווארן א גרויסער כינוס חיזוק פאר די קרוב צו טויזנט נשות חסידי צאנז אין אמעריקא, וואו דער רבי שליט"א האט אדרעסירט די אסיפה וואס איז פארגעקומען אין די עטרת גאלדא זאל אין בארא פארק, נאכגעפאלגט פונעם מסיבת קבלת פנים וואס איז אפגעהאלטן געווארן לכבודה פון הרבנית הצדיקת מצאנז תליט"א. איידער דער רבי איז ערשינען צום כינוס האבן די נשים צדקניות זיך צוגעהערט צו די ווארימע דברי ברכה ותפילה דורך די הויכגעשעצטע רביצין תליט"א און נאך עטליכע דרשות פון נאך בארימטע מחנכות.


מיט א יראת הכבוד האט מען דאן מקבל געווען פני הקודש פונעם רבי'ן שליט"א וועלכער איז געזעצן אונטער א מחיצה ווען לידו זיצן די דייני קהילות הקודש דחסידי צאנז פון אלע שטעט איבער גרעיטאר ניו יארק און ניו דזשערזי, דער רבי שליט"א האט דערנאך אויפגעטרעטן מיט לענגערע דברי חיזוק והתעוררות צו די בית יעקב אלו הנשים, זייענדיג מעורר כמה וכמה ענינים הצריכים חיזוק, צווישן זיי עניני צניעות, בין אדם לחברו, חינוך הבנים, די נסיונות הזמן, און מסיים געווען מיט א ברכת קודש פאר אלע פארזאמלטע נשים צדקניות.



תגובות


bottom of page