הנהלת קהל יטב לב ד'סאטמאר אין נייעם ישוב קענווי איילענד אין ענגלאנד שליסט מקח פאר ביהמ"ד חדש ומפואר
- Bechatzros admin
- לפני 17 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
זונטאג פ' משפטים • כ''א שבט | בחצרות הקודש

תלמידי וחסידי סאטמאר אין ענגלאנד האבן מיט פרייד אויפגענומען די בשורה מרנינה, אז קהל יטב לב ד'סאטמאר האט געשלאסן קאנטראקט אויף א בנין מפואר אין די נייע ישוב "קענווי איילענד" וואס וועט בעז"ה דינען אלס בית המדרש החדש פאר תלמידי וחסידי סאטמאר אין שטאט.
די נייע באוואוינטע שטאט "קענווי איילענד" אין ענגלאנד, אין אין די לעצטערע פאר יאר אויסגעשטיגן אלס א היימישע חרדישע מקום מושב, נאכדעם וואס די שטאט "לאנדאן" איז שוין קע"ה אויסגעוואקסן פון אלע זייטן. דעריבער האבן די עסקנים אהערגעשטעלט א שפאגל נייע ישוב ארויס פון די "ישיבת כרכים קשה" וואס געפינט זיך אין "קענווי איילענד", לערך א שעה פון עיר הבירה לאנדאן יצ"ו.
א שיינע צאל פון די איינוואוינער אין שטאט ציילן זיך מסלתה ומשמנה פון ד סאטמארע קהילה וועלכע האבן ארויסגעמופט פון לאנדאן. דעריבער איז די הנהלת הקהלה בעידודו ובברכתו פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהרי"י) אריינגעשפרונגען אינעם מקח אהערצושטעלן א פערמאנענטע סאטמארער בית המדרש מיט אלע צוגעהערן, ווי די ארטיגע חסידים וועלן זיך קענען קובע מקום זיין לתורה ולתפלה בדרכו הסלולה פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע. בורא עולם בקנין השלם זה הבנין!


