שטורמישע פרייד ביי חסידי סאטמאר צו אפקויף פון נייעם שטח אדיר אינערהאלב מאסיווע איבערבוי פראיעקט פון ביהמ"ד הגדול
- Bechatzros admin
- לפני 13 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
דאנערשטאג פ' יתרו י"ח שבט | בחצרות הקודש

מיט כוואליעס פון שמחה ווערט אויפגענומען ביי תלמידי וחסידי סאטמאר איבער די דראסטישע אנטוויקלונג אינערהאלב די מאסיווע הרחבת גבולי הקדושה און איבערבוי פראיעקט פונעם תל תלפיות, דער נאסטאלגישער "בית מדרשו של רבי", ביהמ"ד הגדול דסאטמאר אויף ראדני סטריט אין וויליאמסבורג, ווען עס איז נארוואס געשלאסן געווארן קאנטראקט אפצוקויפן א פרישן ריזן שטח וואס וועט גיגאנטיש אויסברייטערן דעם בית גדול וקדוש, לרווחת הציבור לאלפים מסתופפים בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.
דאס קומט אין א צייט וואס די הנהלת הקהלה אין וויליאמסבורג געפינט זיך אין סאמע-ברען פונעם איבערבוי ביים "פלטרין של מלך", בית מדרשו פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע, וואס ווערט איבערגעבויט אויף א גאר פראכטפולן און מאסיוון פארנעם, וואס ווערט נאכגעפאלגט מיט וואקסנדע פרייד דורך עדת חסידי סאטמאר אומעטום, אז עס איז געווארן אפגעקויפט דער גאנצער ערשטער שטאק-געביידע בשכינות פונעם ביהמ"ד הגדול, אויף וויליאמסבורג סטריט, צו די זייט פון בעדפארד עוועניו, וואס וועט ווערן אריינגענומען אינעם היכל האדיר והכביר, והיה למשכן אחד.
דאס וועט צולייגן צום ביהמ"ד הגדול נאך א געשאצטע 3,000 סקווער פוס פאר'ן הרחבת הדעת פונעם ציבור, און קומט נאך א צייט אפשניט פון 40 יאר זינט מ'האט צוגעקויפט די בנין פונעם יעצטיגן "בית שני" וואס איז באהאפטן צום בנין ביהמ"ד הגדול.
אין די זעלבע צייט ווערט נאכגעפאלגט מיט פרייד די גאלאפירנדע בוי-ארבעט אין ביהמ"ד הגדול וואס איז פודאסניי אויפגעפרישט געווארן די היינטיגע וואך, מיט'ן ציל צו פארענדיגן דעם פלטרין של מלך פולקאם גרייט לקראת די ימים הנוראים תשפ"ז הבעל"ט.
כדי נישט צו שטערן די אנגייענדע תורה ותפלה אינעם ביהמ"ד, ווערט די איבערבוי איינגעטיילט אין צוויי פאזעס, ווען אינעם ערשטן שפאל איז מען קאנצענטריט אויפ'ן שטאק פון די עזרת נשים, און נאך יו"ט שבועות וועט מען דורכאויס זומער אריבערגיין צום היכל הגדול און די אונטערשטע שטאקן.



