top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

במלואת השנה: חסידי סקולען גרייטן זיך בהתעוררות צו הילולא קמייתא פון כ"ק אדמו"ר מסקולען זצ"ל בצל בניו האדמור"ים

  • sfbechatzros
  • 18 באוג׳
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' ראה • כ''ד אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

ויהי לתקופת השנה, מיט געוואלדיגע געגועין ורגשי התעוררות גרייטן זיך חסידי ואוהדי בית סקולען אפּצוצייכענען די יומא דהילולא קמייתא פון עמוד צלותהון, לבהון ואבוהון של ישראל, כ"ק אדמו"ר הרה"ק מסקולען זצ"ל וואס געפאלט אויס די קומעדיגע וואך ערב שבת קודש שופטים ה' אלול.


עס גלויבט זיך נישט אז ס'איז שוין פאריבער א גאנץ קיילעכיג יאר זינט מען איז פאר'יתומ'ט געווארן מיט די פטירה פון סקולענער רבי'ן זצ"ל וואס מען האט געהאט די זכי' להתחמם לאורו הבהיר, און נהנה זיין פון זיין קדושה און עבודה און אין די זעלבע צייט איז מען זיך מחזק אז ב"ה אשר לא השבית לנו גואל וואס די המשכה גייט ווייטער אן בצל בניו ממשיכי דרכו בקודש כ"ק האדמורי"ם שליט"א.


אין די טעג גייען אן די גרויסארטיגע הכנות צו די הילולא קדישא וואו חסידים ואנשי מעשה וועלן זיך צוזאמקומען און מעלה זיין זכרו הטהור פון רבי'ן זצ"ל, אויך וועלן פילע חסידים מריחוק מקום קומען צופארן פון אלע עקן וועלט צו פראווען די ערשטע הילולא קדישא באתרא דמר, איבערהויפט פילע חסידים ומעריצים פון מאנטריאל קאנאדע וואו דער רבי זצ"ל האט פאר לאנגע יאהרן משמש געווען ברבנות און אנגעקניפט א נאנטן קשר מיט די ארטיגע אידן.


חסידים בכל מקומות שהם וועלן זיך פארזאמלען בדיבוק חברים אויף מסיבות מרעים להעלות זכרונו הטהור, לידע צדיק מה פעל, און זיך מתבונן זיין אין דעם רבי'ן רייכע לעבנ'ס היסטאריע, צענדליגע יארן פון עבודת עבודה און משפיע זיין פאר כלל ישראל באהבה וחיבה.


דאנערשטאג נאכט בליל יומא דהילולא רבה קדישא ה' אלול וועט אי"ה פארקומען די סעודת הילולא רבתי אין די גרויסע זאלן פון 'עטרת חיה' אין בארא פארק, וואס איז ספעציעל ארויסגעדינגען געווארן צו קענען ארייננעמען דעם גרויסע ציבור משתתפים חסידים ואנשי מעשה וואס וועלן זיך צונויפזאמלען סמוך ונראה לבי מדרשו של רבי צו פראווענען די הילולא קדישא ברוב עם אין שפיץ פון די ממשיכי שלשלת הקודש בניו ממלאי מקומו כ"ק האדמורי"ם מסקולען און ישועת יעקב סקולען שליט"א, צו דער זייט פון די ברודער פונעם רבי'ן זצ"ל כ"ק האדמורי"ם לבית סקולען שליט"א.


דורכאויס די סעודה וועט מען הערן דברות קודש מפי מרנן האדמורי"ם שליט"א און דרשות פון מגידים מפורסמים וואס וועלן אויפטרעטן במשנתו הטהורה של אותו צדיק.


נאך די סעודת הילולא וועט דער גאנצער זיך ארויסלאזן אינאיינעם מיט באסעס צום צום ציון הקדוש אויפ'ן וויזניצער בית החיים אין מאנסי, וואו מען וועט כחצות הלילה מתפלל זיין ברוב עם און שופך שיח זיין עבור הכלל והפרט בראשות בניו האדמורי"ם שליט"א.


צומארגנס פרייטאג אינדערפרי בעצם יומא דהילולא קדישא וועט כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א אריינקומען צו שחרית ברוב עם אין ביהמ"ד הגדול אין בארא פארק וואו עס וועט נאכ'ן דאווענען געפראוועט ווערן א מסיבת לחיים און דער רבי וועט משמיע זיין דברי זכרון, דערביי וועט אפגעראכטן ווערן די מעמד התחלת כתיבת אותיות פאר די ספר תורה וואס וועט געשריבן ווערן דורך עדת חסידי סקולען לעילוי נשמתו הטהורה פונעם רבי'ן ז"ל בעל ההילולא.

תגובות


bottom of page