מבואו ועד צאתו • הילולא קדישא פון הרה"ק מבעלזא זי"ע כ"א אב בצל הקודש פון האד' מבעלזא | ברייטע דעקונג
- sfbechatzros
- 19 באוג׳
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: 19 באוג׳
דינסטאג פ' ראה • כ''ה אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אנשיל בעק, אמ"ש, JDN
א גרויס התעוררות האט געהערשט אין די טעג פון דער יומא דהילולא קדישא כ"א אב פון דעם קדוש ישראל ותפארתו הרה"ק מבעלזא זי"ע, ווען טויזנטער אידן האבן זיך משתטח געווען על ציונו הק' במרומי הר המנוחות, ווי אויך ביי די סעודות הילולא וועלכע זענען אפגעהאלטן געווארן אין צענדליגע מקומות בארבע כנפות הארץ, איבערהויפט האבן טויזנטער חסידי בעלזא געפראוועט דעם יומא אריכתא בצילא דמהימנותא עילאה פונעם ממשיך שלשלת הקודש כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א.
אנגעהויבן פון ארום ניין אזייגער נאכמיטאג איז געווען צוגעשטעלט זיך צו וואשן פאר די טויזנטער חסידים, ביים סעודת הילולא אין די זאלן פון בית מדרש הגדול. דערויף איז דער רב שליט"א ערשינען אינעם גרויסן שטוב צו מעריב און דער שולחן הטהור וסעודת הילולא, עס איז צום ערשט פארגעקומען די סיום הש"ס לעילוי נשמתו הטהורה, ווי עטליכע פון חשובי העדה האבן מסיים געווען ש"ס, אינצווישן זיי הרב שלום רוקח נכדו הגדול פונעם רב שליט"א. די רב שליט"א האט געוואונטשן לחיים, געזאגט תורה, דערנאך געבענטשט ברכת המזון על הכוס און געזאגט די שבע ברכות לכבוד עטליכע חתנים.
ביים טיש האט זיך אנגעזעהן דאס השתתפות פון צענדליגער אדמורי"ם רבנים ומרביצי תורה צווישן זיי האדמורי"ם מפינסק קארלין, נאראל, קאסוב, זוועהיל, סטראפקוב, גארליץ, באסטאן, באסטאן ביתר, קאמארנא בני ברק, ספינקא ירושלים, ברעזשאן, שאץ ירושלים, הגה"צ רבי מרדכי אויערבאך אבד"ק אביר יעקב תל אביב, הרה"צ רבי דוד טווערסקי אבד"ק ראחמיסטריווקא, הרה"צ רבי ברוך שטערנבוך אבד"ק וויזניץ בראכפעלד, און נאך.
פרייטאג אינדערפרי האט זיך פארזאמלט א גרויסער ציבור אינעם קריה נאמנה אין קרית בעלזא וואו כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א איז אריינגעקומען אין היכל ביהמ"ד הגדול אויף תפילת שחרית ברוב עם און איז צוגעגאנגען צום עמוד לכבוד די יארצייט. נאכן דאווענען איז ווי יעדעס יאהר אפגעראכטן געווארן א מסיבת 'לעקיך און בראנפן' לכבודו של יום, בביתו נאווה קודש פונעם רב שליט"א.
מיטאג צייט איז דער רב ארויפגעגאנגען צום ציון הק' במרומי הר המנוחות אין באגלייטונג פון טויזנטער חסידים, דער רב שליט"א האט זיך צום ערשטן מאל באנוצט מיט א נייעם ספרינטער אויטא, וואס איז לעצטנס אפגעקויפט געווארן, זייענדיג ספעציעל באקוועם אהערגעשטעלט מיט די פראקטישע און צוגעפאסטע איינריכטונגען, אויף א פארנעם מ'זאל קענען האבן לייכטע צוטריט אריין און ארויס, און עס זאל אנקומען ווי גרינגער דער באנוץ.
דער גאנצער חלקה איז געווען געשטאפט מיט חסידים עד אפס מקום, ווען הונדערטער חסידים שטעלן זיך אין די הייעך, צו קענען מיטהאלטן די התרגשות'דיגע מאמענטן, דאס התעוררות וואס האט זיך אפגעטאן ביים ציון גופא איז אומבאשרייבליך, אנקומענדיג צום ציון האט דער רב שליט"א מפריש געווען צדקה פאר מרכז מוסדות בעלזא און דאן געדינט אלס שליח ציבור צו אמירת ספר רביעי שבתהילים ומי יתנה תוקף דאס גרויס התעוררות וואס האט געהערשט ביים זאגן "יהי רצון", און בפרט ביי אמירת י"ג מדות של רחמים.
נאך תהילים זאגן האט דער רב געזאגט קדיש, און דערנאך האט הרה"ח ר' יענקל שיף הי"ו געזאגט דעם קל מלא רחמים פארן רב שליט"א "בעבור שנדב 180 דאללער למרכז מוסדות בעלזא", דערנאך פאר הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט"ט און כל הקהל הקודש.
דערנאך האט די רב געזאגט תורה כנהוג, און זיך משתטח געווען אויפ'ן ציון הק' זייענדיג מתפלל אויף ישועתן של ישראל בכלל ובפרט.

















































תגובות