אין לשכוח: איבער טויזנט חסידי צאנז אמעריקע מיטגעלעבט לעכטיג-געהויבענעם שבת שירה בצל הקודש פון האד' מצאנז
- Bechatzros admin
- לפני שעתיים
- זמן קריאה 4 דקות
מאנטאג פ' יתרו ט"ו שבט | בחצרות הקודש

בילקער קרעדיט: משה גאלדשטיין
גאר א געהויבענער שבת איז אריבער אויף אריבער טויזנט חסידי צאנז אין אמעריקע האבנדיג די זכי' לחסות בצלא דמהימנותא פון רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א אינעם קלימאקס פונעם מסע הקודש קיין אמעריקע.
דער שבת בשלח, שבת שירה, אין די גיגאנטישע "ארמון פעסטונג" אין קאנעטיקוט איז געווען איין חטיבה עילאה פון דביקות והתרוממות וואס דער גאנצער ציבור זקנים עם נערים האבן זוכה געווען מיטצולעבן אינעם יום שבתון אין לשכוח.
פרייטאג נאכמיטאג האט זיך אנגעהויבן די מאסנווייזע באלאגערונג פון די איבער טויזנט חסידים ראשי משפחה און בחורי חמד, אין צוגאב צו איבער צוויי הונדערט תשב"ר וואס זענען געקומען צו פארן מכל מקומות מושבותיהם פון אמעריקע און קאנאדא. די עסקנים האבן אויפגענומען אלע געסט און צעגעוויזן די צימערן און יעדן מסדר געווען על צד היותר טוב.
בפניא דמעלי שבתא איז פארגעקומען א דרשת הכנה דורכ'ן רבי'נס שוואגער הגה"צ רבי יעקב אלי' אונסדארפער שליט"א אב"ד ראשית חכמה מאנטרעאל, וועלכער האט מיט פאסיגע רעיונות ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון שבת שירה כאיש אחד ובלב אחד תחת קורת גג אחד בצל הקודש פונעם רבי'ן.
א פערטל צו זעקס איז דער רבי אריין אינעם זאל וואו עס זענען געווען פארזאמלט די הונדערטער תשב"ר וועלכע האבן דארט געדאווענט די תפלות שבת אונטער די אויפזיכט פון מלמדים, און דער רבי האט זיך אומגעקוקט מיט קורת רוח.
פון דארט איז דער רבי אריין אין היכל הביהמ"ד, צוטרעטנדיג צו מקום קדשו וואס איז געווארן אהערגעשטעלט אויף א ספעציעלע הויכע בימה, כדי דער גאנצער ציבור זאל קענען מיטהאלטן, דער רבי האט צוגעטרעטן צו מנחה און פארגעדאוונט מיט גרויס התעוררות.
קבלת שבת און מעריב איז צוגעגאנגען הרב משה שמואל בריסק פון לעיקוואד, און ביי לכה דודי האט מען מאריך געווען מיט די ריקודין א לענגערע צייט.
נאכ'ן דאווענען איז דער גאנצער עולם אריבער זאגן גוט-שבת אל מול פני הקודש, און דערנאך איז דער ציבור אריבער צום אולם הסעודות אויף די סעודת ליל שבת.
ארום האלב צוועלף איז דער רבי ערשינען צום עריכת שולחן הטהור ווען דער זאל איז פול געפאקט מיט'ן גאנצן ציבור וואס לעבט מיט העכערע שעה'ן פון התרוממות הנפש.
מיט הגבהת הכוס צו קידוש איז נתכבד געווארן אן אייניקל פונעם רבי'ן דער שפע חיים, הרה"ג ר' נחמי' שלום פריזאנט פון יוניאן סיטי, בן כ"ק אדמו"ר מצאנז זוועהיל שליט"א.
די זמירות שבת איז צעטיילט געווארן צווישן די רבני הקהלה אין ניו יארק. דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דעם טיפזיניגן פלפול אויף די פרשה נאכגעפאלגט מיט הערליכע דברי אגדה והתחזקות בעניני שירת הים. די טיש האט זיך פארענדיגט קרוב צו צוויי אזייגער.
ניין אזייגער בצפרא דשבתא איז דער רבי אריין צו שחרית, פסוקי דזמרא האט פארגעדאוונט הרה"ג ר' משה יוסף אונסדארפער שליט"א פון מאנטרעאל. שירת הים איז געווען פסוק בפסוק מיט גרויס התלהבות. שחרית איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יוסף ישראלי שו"ב אין יוניאן סיטי.
די עליות איז צעטיילט געווארן צווישן די אנשים מכובדים ונגידים בעם, שלישי האט עולה געווען הגה"צ ר' משה יוסף דוב האלבערשטאם שליט"א רב חסידי צאנז אמעריקע.
שישי-שירה האט דער רבי עולה געווען, און געהייסן מאכן א מי שברך פאר די נדבנים וואס האבן בייגעשטייערט פון 180 טויזנט דאלאר און ארויף פאר'ן אויפבוי פון די נייע בתי מדרשים און מוסדות דחסידי צאנז אין אמעריקע, און באזונדער א מי שברך פאר די ראשי הקהלה פון אמעריקע, און פאר הרבני הנגיד ר' מיכל ראזענבערג עמוד התוך לכל קדשי בית צאנז, דער אייגנטומער פונעם האטעל, וואס האט מנדב געווען אלע הוצאות השבת.
שביעי האט עולה געווען הנדיב ר' מיכל ראזענבערג, און גע'שנדר'ט א פרישע מקוה טהרה אין בארא פארק. צו מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' הערשל אונסדארפער שליט"א ראש הכולל פאפא בארא פארק.
די סעודת שבת צופרי האט דער גאנצער ציבור זוכה געווען מיטצועסן על שלחן המלך, ביים טיש וואס דער רבי האט געפראוועט אינעם היכל ביהמ"ד אינאיינעם מיט'ן גאנצן ציבור.
צוערשט איז דער רבי ארויף לחדרו הפרטי אויף קידוש, און דערנאך אראפגעקומען צום מיטאג-טיש. מיט די זמירות זענען מכובד געווארן די נכבדי הקהלה ופני העדה, דער רבי האט געזאגט תורה מתובל מיט דברי התחזקות בעניני דיומא.
ארום האלב זעקס נאכמיטאג איז דער רבי אריין צו תפלת מנחה און סעודת רעוא דרעוין וואס איז אריבער מיט אויסטערלישע התעוררות, דער רבי האט משמיע געווען פלאם פייערדיגע דברי כיבושין בדברי התעוררות והתחזקות לימי השובבי"ם.
גלייך נאך הבדלה איז פארגעקומען דער פייערליכער "מעמד הפרידה", ווען מ'האט מיט שווערע געפילן זיך געזעגנט פונעם רועה נאמן דער רבי שליט"א נאכ'ן מיטלעבן אזעלכע הייליגע און לעכטיגע טעג בצלא דמהימנותא.
דער רב שליט"א פון אמעריקע האט אויפגעטרעטן מיט דברים נרגשים און שטארק באדאנקט פאר אלע עסקנים וואס האבן זיך אוועקגעגעבן מיט לייב-און-לעבן פאר'ן מסע הקודש, ובראשם פאר'ן עסקן הדגול ר' יחזקאל יצחק שימאן פון מאנסי, וואס יום ולילה לא שבת פאר די הצלחה פון די נסיעה.
אלס אות הוקרה האט דער רבי דאן איבערגעגעבן פאר ר' יחזקאל יצחק א לעדערנע סעט פון ספר דברי יציב, און אינעווייניג האט דער רבי ארייגעשריבן דברי תודה און אונטערגעשריבן בכתי"ק.
דערנאך איז דער גאנצער עולם אריבער כבני מרון, און דער רבי האט זיך מיט יעדן געזעגנט במאור פניו, און מאציל געווען מברכות קדשו.
דער רבי איז ארויף אין צימער און זיך געוואשן צו סעודת מלוה מלכה אויף א פריוואטן פארנעם, און שפעטער איז דארט פארגעקומען דער מעמד כתיבת ס"ת דורך הנגיד ר' מתתי' ראזענבערג פון מאנטרעאל, דער רבי האט אריינגעשריבן אן אות און געוואונטשן ברכת קדשו פאר ר' מתתי' און פאר זיין פאטער ר' מיכל און פאר אלע בני המשפחה.
א פערטל נאך עלף האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין וועג צום לופטפעלד, אויפ'ן וועג אהיים למעון קדשו אין ארץ ישראל, שליסנדיג דערמיט די ימים הנעלים וואס עדת חסידי צאנז אין אמעריקע האבן זוכה געווען מיטצולעבן בצל קדשו.































תגובות