top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מראחמיסטריווקא וועט אונטערנעמען קורצע נסיעה קיין שווייץ אין ראם פון מסע הגדולים לטובת "קרן עולם התורה"

  • sfbechatzros
  • לפני 6 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פ' לך לך • ו' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

דעם קומענדיגן אנהייב וואך פ' וירא וועט כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א אפפליען אויף א בליץ באזוך קיין ציריך שווייץ צו זיין א טייל פון נאך א נסיעה וואס ווערט אונטערגענומען דורך די גדולי ומאורי הדור לטובת דער "קרן עולם התורה", מיטן ציהל אויפצוטרייבן סכומים אדירים לטובת די ישיבות און כוללים בארץ הקודש.


דאס קומט נאכדעם וואס דער ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א, האט פערזענליך פארבעטן דעם רבי'ן זיך אנצושליסן אין די נסיעה וואס וועט זיכער אסאך צוהעלפן אויפצוטרייבן גרעסערע געלטער, א שטייגער ווי די פריערדיגע נסיעות וואס די ראחמיסטריווקא רבי איז מיטגעפארן מיט די גדולי ישראל קיין ניו יארק און לאנדאן, וואס איז ווי פארשטענליך געווען א שטארקן חיזוק.


די רבי שליט"א וועט ארויספארן פון ארץ ישראל דעם קומענדיגן מוצאי שבת פ' לך לך קיין ציריך שווייץ, וואו דער רבי וועט זיך אויפהאלטן איבערן טאג און, אינאיינעם מיט די גדולי התורה, באשיינען די מסיבות און מאורעות וואס וועלן אפגעהאלטן ווערן לענגאויס די שטאט. דעם רבינס אכסניא וועט זיין אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' ברוך אלימלך פערלמאן הי"ו פון די אנשים מכובדים אין שטאט און אליינס א ידיד ותומך פון מוסדות ראחמיסטריווקא. זונטאג שפעט באנאכט וועט זיך די רבי ארויסלאזן אין וועג צוריק קיין ארצינו הקדושה.

bottom of page