top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יחליפו כח: האד' מוויזניץ לאנדאן וועט וויילן אויף אפרו אין 'הר יונה' בארה"ק בצל ידידו וריעו האד' מתולדות אברהם יצחק

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 8 במאי
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 8 במאי

דאנערשטאג פ' אחרי קדושים • י' אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

מטעם בית כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א איז געמאלדן געווארן אז דער רבי שליט"א וועט קומענדיגן זונטאג אפרייזן קיין ארה"ק און וויילן אויף עטליכע וואכן אויף אפרו אינעם אויפבליענדן ישוב פון חסידי תולדות אברהם יצחק אין שטאט "הר יונה".


אין די יעצטיגע טעג טוט זיך דער רבי שליט"א ב"ה צוריקכאפן צו די כוחות, נאכ'ן זיך געפינען אין א שווערע געזונט צושטאנד עטליכע וואכן צוריק, און אויפ'ן ראט פון די דאקטוירים דארף דער רבי אוועקפארן אויף אפרו פאר עטליכע וואכן, צו קענען קומען גענצליך צוריק צו די כוחות, ס'איז געווען עטליכע אפציעס אויפ'ן טיש פאר'ן פאסיגן מקום הנופש, און דער רבי שליט"א האט אויסגעדרוקט רצון קדשו, אז ער קלויבט אויס צו פארן קיין ארה"ק, און וויילן אינעם נייעם ישוב "הר יונה", וואו ער וועט גלייכצייטיג האבן די מעגליכקייט צו נהנה זיין און חוסה זיין בצל קדשו פון ידידו וריעו כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, וועלכער וועט אין די פאר וואכן אויך דארט וויילן למנוחת הנפש.


לויט די יעצטיגע פלענער וועלן נישט פארקומען קיין שום אפציעלע טישן און מעמדים ביים וויזניצער רבי'ן, און דער רבי וועט דארט אפרעכטן זיין עבודת הקודש מיט אן ענגע צאל מקורבים אויף א פריוואטן פארנעם, און ווען מעגליך מיטהאלטן די שבתים און טישן בצל קדשו פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א.


מטעם די עסקני חצר הקודש תולדות אברהם יצחק ווערט צוגערישט א דירה נאה מיט אלע באקוועמע הצטרכות'ן אלס אכסניא של תורה פונעם וויזניצער רבי'ן שליט"א, אז דער רבי זאל זיך קענען אנשעפן מיט פרישע כוחות און צוריקקומען לאיתנו הראשון, וקוי ה' יחליפו כח.


תגובות


bottom of page